Barbara Kirshenblatt-Gimblett es elegida por la Academia Americana de Artes y Ciencias (En Yiddish)

Por:
- - Visto 296 veces

ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די הויפּט־קוראַטאָרין בײַם „פּולין־מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן‟, איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ מיטגליד אין דער פּרעסטיזשיקער „אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון קונסטן און וויסנשאַפֿטן‟. אַנדערע פּרעמירטע מיטגלידער פֿון דער אַקאַדעמיע נעמען אַרײַן די יחידי־סגולה פֿון פֿאַרשידענע פֿעלדער, למשל, בענדזשאַמין פֿרענקלין, אַלבערט אײַנשטיין, אַקיראַ קוראָסאַוואַ און נעלסאָן מאַנדעלאַ.

די אַקאַדעמיע, פֿאַרלייגט אין 1780, שטעלט פֿאַר איר ציל דאָס קולטיווירן יעדע קונסט און וויסנשאַפֿט וואָס קער העכערן דעם אינטערעס, כּבֿוד, חשיבֿות און פֿרייד פֿון אַ פֿרײַ און אומאָפּהענגיק.

ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, אַ געבוירענע אין טאָראָנטע אין 1942, אַ טאָכטער פֿון פּויליש־ייִדישע אימיגראַנטן (די מאַמע פֿון בריסק־ליטעווסק, דער טאַטע פֿון אַפּט), איז אַ מומחה פֿון בינעקונסטן און ייִדישע שטודיעס אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. זי איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר אירע צווישנפֿעלדיקע צושטײַערס צו ייִדישע שטודיעס און צו דער טעאָריע און געשיכטע פֿון מוזייען, טוריזם און ירושה.


קינדווײַז האָט זי זיך געלערנט אין די קאַנאַדער עפֿנטלעכע שולן, ווי אויך אין די פֿאַרבאַנד־ און פּרץ־שולן. זי האָט געקריגן אַ מאַגיסטער אין ענגלישער ליטעראַטור בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, און דעם דאָקטאָראַט פֿון אינדיאַנער אוניווערסיטעט, וווּ זי האָט שטודירט פֿאָלקלאָר, אַנטראָפּאָלאָגיע, עטנאָמוזיקאָלאָגיע און סאָציאָלינגוויסטיק מיטן חשובֿן פֿאָלקלאָריסט ריטשאַרד דאָרסאָן.

זי האָט ביז איצט געדינט אויך ווי אַ רעדאַקטאָרשע בײַ אָן אַ שיעור זשורנאַלן פֿאַרבונדענע מיט אַזוינע טעמעס.

זי איז אויך די מחברטע פֿון צענדליקער ביכער, אַרײַנגערעכנט (אין איינעם מיט לוציאַן דאָבראָשיצקי) Image before My Eyes: A Photographic History of Jewish Life in Poland, 1864–1939. פֿון דעם אָ בוך האָט מען סײַ אַדורכגעפֿירט אַ היסטאָרישע אויסשטעלונג מצד דעם ייִוואָ אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי סײַ געמאַכט דערפֿון אַ דאָקומענטאַר.

די אָפֿיציעלע גאַלאַ־פֿײַערונג אַרײַנצונעמען נײַע מיטגלידער אין דער אַקאַדעמיע וועט פֿירקומען דעם 7טן אָקטאָבער, 2017 אין קיימברידזש, מאַסאַטשוסעטס.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/203608/barbara-kirshenblatt-gimblett-elected-to-american/#ixzz4eoDkinnB

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: