Lanzaran una nueva serie de actividades en Yiddish para jóvenes estadounidenses

Por:
- - Visto 556 veces

אין 2013 האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס,  אָנגעהויבן אַן אַמביציעזע נײַע סעריע פּראָגראַמען מיטן ציל צו געבן יונגע ייִדן  אַ געלעגנהייט זיך צו דערנענטערן צו פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער מאָדערנער  ייִדישער קולטור. די אומזיסטע פּראָגראַם, מיטן נאָמען „Tent‟ (געצעלט), ברענגט  צונויף 20 יונגע־לײַט אויף אַ וואָך, כּדי זיך צו לערנען אַ געוויסע טעמע אויף אַן  אינטענסיוון אופֿן. די אָנטייל־נעמער גייען אויף לעקציעס און פֿאָרשטעלונגען, וואָס  האָבן צו טאָן מיט דער טעמע און טרעפֿן זיך מיט עקספּערטן אין דעם געביט. אין דער  זעלביקער צײַט לערנט מען מיט זיי וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער טעמע און דער  מאָדערנער ייִדישער קולטור.

די ערשטע דרײַ „Tent‟־פּראָגראַמען זענען געווען: “קאָמעדיע”, אין מאַרץ, אין  לאָס אַנדזשעלעס; „שעפֿעריש שרײַבן‟ (בל׳׳עז Creative Writing) — בײַם ייִדישן  ביכער־צענטער אין יוני; און “טעאַטער” — אין ניו־יאָרק אין אויגוסט.

אין דער פּראָגראַם „שעפֿעריש שרײַבן‟, האָבן די באַטייליקטע יעדן טאָג געלייענט  מעשׂיות פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, ווי אויך ווערק אויף ייִדישע  טעמעס, געשריבן אויף אַנדערע שפּראַכן. אין די נאָכמיטאָג־שעהן האָבן די  אָנטייל־נעמער געאַרבעט אויף זייערע אייגענע דערציילונגען מיט פּראָפֿעסיאָנעלע  שרײַבער. אין אָוונט זענען זיי געפֿאָרן אויף פֿאָרלייענוגען אָדער טרעפֿונגען מיט  ליטעראַרישע אַגענטן אָדער פֿאַרלעגער. בײַ נאַכט האָבן זיי פֿאַרבראַכט צוזאַמען  אין די סטודענטישע אינטערנאַטן און זיך באַפֿרײַנדעט.


„דאָס אַרבעטן בשותּפֿות אויף פּראָיעקטן און וווינען צוזאַמען, איז געווען אַ  בכּיוונדיקע זאַך‟, — האָט איבערגעגעבן ד׳׳ר דזשאָש לאַמבערט, דער אַקאַדעמישער  דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟.  „דער עיקר־געדאַנק פֿון ׳Tent׳ איז, אַז מיר זאָלן צוזאַמענברענגען מענטשן. און  דאָס פֿאַרברענגען אַ גאַנצע וואָך צוזאַמען האָט געהאַט דערמעגלעכט די  אָנטייל־נעמער אָנצוקניפּן נעענטערע באַציִונגען איינער מיטן צווייטן. נאָך דער  פּראָגראַם בלײַבן די פֿאַרבינדונג ווי סאָציאַלע נעצן. דאָס זעט מען נישט, ווען אַ  פּראָגראַם דויערט בלויז אַ טאָג־צוויי‟.

דער אָנהייב פֿון „Tent‟ קומט אַרויס פֿון מײַקל סטיינהאַרט, אַ גרויסער  בעל־צדקה און איינער פֿון די גרינדער פֿונעם באַקאַנטן פּראָגראַם Birthright  (געבורטס־רעכט), וועלכער האָט יאָרן לאַנג גערעדט מיט אַהרן לאַנסקי, דער  פּרעזידענט און גרינדער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, וועגן דעם, אַז דער ייִדישער  ביכער־צענטער זאָל זיך דערנענטערן צו די יונגע אומאַפֿיליִיִרטע ייִדן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174188/new-series-of-cultural-programs-for-young-people/#ixzz2miTlVJNF

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: