דער בירגער־מײַסטער פֿון דער שטאָט מעקסיקע האָט דינסטיק געלויבט די ספֿרדישע קולטור־ירושה אין לאַנד, בעת דער עפֿענונג פֿון דער גלאָבאַלער שפּיצן־קאָנפֿערענץ פֿון ספֿרדישער קולטור, „ערענסיאַ‟.

„אין מעקסיקע האָבן מיר אַ געשיכטע, אַ קולטור און אַ שפּראַך וואָס שטאַמט פֿון דער ספֿרדישער געשיכטע,‟ האָט מיגעל אַנהעל מאַנסעראַ דערקלערט פֿאַרן עולם. „מיר זענען שטאָלץ מיט דעם וואָס די קאָנפֿערענץ קומט פֿאָר דאָ, אין מעקסיקע — דאָס ערשטע מאָל מאָל וואָס זי ווערט דורכגערפֿירט מחוץ אייראָפּע. ס׳איז אַ גרויסער כּבֿוד.‟

פֿריִערדיקע „ערענסיאַ‟־קאָנפֿערענצן, וואָס קומען פֿאָר יעדעס צווייטע יאָר, זענען שוין אָרגאַניזירט געוואָרן אין שפּאַניע, טערקײַ און בולגאַריע.

מער ווי 20 לענדער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט לטובֿת דער דרײַ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אין מעקסיקע, כּדי צו דיסקוטירן די ספֿרדישע קולטור, טראַדיציעס, און די ספֿרדישע ייִדן אין לאַנד. מע האָט די באַטייליקטע געפֿירט אויף טורן פֿון די עלטסטע שילן אין דער שטאָט, ווי אויך אַנדערע ייִדישע היסטאָרישע ערטער.

דער מעקסיקאַנער ייִדישער דיפּלאָמאַט אַנדרעס רעמער האָט באַקומען די „פּרעמיע פֿון אינטעראנאַציאָנאַלער ספֿרדישער פֿירערשאַפֿט‟ פֿון דער „אַמעריקאַנער ספֿרדישער פֿעדעראַציע‟ צוליב זײַן עפֿנטלעכן אַנטקעגנשטעלן זיך אַן אַנטי־ישׂראלדיקער אָפּשטימונג בײַ „אונעסקאָ‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער. רעמער איז לעצטנס אָפּגעזאָגט געוואָרן פֿון זײַן פּאָסטן פֿאַר האָבן אַרויסגעגאַנגען אין מיטן פֿון יענער אָפּשטימונג.

„ערענסיאַ‟, וואָס איז טײַטש קולטור־ירושה אויף לאַדינאָ, איז אַ פּראָיעקט אָנגעפֿירט פֿונעם „ספֿרדיש־ישׂראלדיקן צענטער‟, אין מאַדריד, וואָס צילעוועט צו בויען אַ בריק צווישן שפּאַניע און די ספֿרדישע ייִדן אין אויסלאַנד.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204477/mexico-city-mayor-praises-countrys-sephardi-herita/#ixzz4jWZHaYOb