Murió Nechama Lifshitz, la “Voz de la Esperanza” de los judíos soviéticos (En Yiddish)

Por:
- - Visto 511 veces

נחמה ליפֿשיץ, די באַרימטע ייִדישע זינגערין, אַרכיוויסטקע און ממש די נשמה פֿון אַ גאַנצן דור ייִדן איבער דער וועלט, איז פֿרײַטיק, דעם 21סטן אַפּריל, ניפֿטר געוואָרן אין איר שטוב אין תּל־אָבֿיבֿ. זי איז געווען אַלט 89 יאָר.

נחמה ליפֿשיץ איז געבוירן געוואָרן אין קאָוונע, ליטע אין 1927. דער טאַטע, ד״ר יהודה־הירש ליפֿשיץ, וועלכער האָט געהאַט געלערנט אין דער ישיבֿה פֿון ר׳ יצחק יעקבֿ רײַנס אין לידע, איז געוואָרן אַ דאָקטער, געשעפֿטסמאַן און ייִדישער קולטור־טוער. ביידע עלטערן זענען געווען אַקטיוו אין די ציוניסטישע קרײַזן.

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז די משפּחה אַנטלאָפֿן קיין מיזרח־אוזבעקיסטאַן, און אין 1946 זיך אומגעקערט אין דער סאָוועטישער ליטע. נחמה האָט שטודירט אין דער ווילנער קאָנסערוואַטאָריע און אין 1957 איז זי אויפֿגעטראָטן ווי אַ סאָליסט אין דער ווילנער פֿילהאַרמאָניע.


איר גרעסטע הנאה איז אָבער געווען צו זינגען אויף ייִדיש און העברעיִש. אָנהייבנדיק פֿון 1951 האָט זי גאַסטראָלירט איבערן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ווי אַ ייִדישע זינגערין, נישט געקוקט אויפֿן פֿאַרווער קעגן דעם אין יענע יאָרן. דערבײַ איז זי געוואָרן אַ סימבאָל און אַ קול פֿאַר די פֿאַרשוויגענע ייִדן.

אין 1969 האָט זי עולה געווען קיין ישׂראל. זי האָט ווײַטער אויפֿגעטראָטן מיט קאָצערטן פֿון ייִדיש געזאַנג, אַרײַנגערעכנט „עם ישׂראל חי‟, וואָס דער פּאָעט יוסף קערלער האָט געהאַט אָנגעשריבן לכּבֿוד איר און וואָס איז אין גיכן באַקאַנט געוואָרן ווי איר הויפּטליד.

די פּלאַטעס פֿון אירע פֿאָרשטעלונגען זענען געוואָרן שטאַרק באַרימט נישט בלויז אין ישׂראל און געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָר בײַ ייִדן איבער דער וועלט. זי איז אָפֿט פֿאַרבעטן געוואָרן צו געבן קאָנצערטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אויסטראַליע, ענגלאַנד און לאַטײַן־אַמעריקע.

נחמה ליפֿשיץ האָט אויך אָנגעפֿירט מיט דער מוזיקאַלישער ביבליאָטעק פֿאַר דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ. אין 1978 האָט זי באַקומען די „מאַנגער־פּרעמיע‟, און אין 2004 — דעם „תּל־אָבֿיבֿ — יפֿו פּריז‟. אין די לעצטע יאָרן האָט זי געפֿירט די קונסט־סטודיע פֿון דעם ייִדישן ליד, וואָס די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ האָט געשטיצט.

נחמה האָט פֿאַראָבֿלט איר טאָכטער ראָזע גאַרטנער, אייניקלעך דקר און דליה, און אור־אייניקלעך גײַ, אלה, לאה און שלי. כּבֿוד איר אָנדענק.

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: