Desde Varsovia

Por:
- - Visto 352 veces

דאָס ערשטע חנוכּה־ליכטל פֿאַראייניקט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס

וואַרשע פּראַוועט דעם יום־טובֿ חנוכּה. זונטיק, דעם 6סטן דעצעמבער, האָבן כּמעט אַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געמאַכט יד־אַחת און אָנגעצונדן אין איינעם דאָס ערשטע חנוכּה־ליכטל אויפֿן פּלאַץ גזשיבאָווסקי, צווישן דער (אַמאָליקער ייִדישער) פּרוזשנע־גאַס און דעם ייִדישן טעאַטער. די נאָזשיק־שיל געפֿינט זיך פּונקט הינטער דעם ייִדישן טעאַטער. דער גבֿיר אַדיר נאָזשיק, וואָס האָט זי אויפֿגעבויט, האָט געוווינט בשעתו אויף דער פּרוזשנער־גאַס.

דער וואַרשעווער ייִדישער כאָר „צליל‟ [קלאַנג] האָט געזונגען חנוכּה־לידער אויף ייִדיש און עבֿרית. צווישן די רעדנערס, וואָס האָבן גענומען אָנטייל אין דער צערעמאָניע, האָט דער וויצע-בירגערמײַסטער פֿון וואַרשע, וולאָדזשימיעזש פּאַשינסקי, געהאַלטן די קירצסטע, אָבער שענסטע רעדע. חנוכּה, האָט ער געזאָגט, איז אַ יום־טובֿ פֿון ליכט. אין די שווערע טעג פֿון אונדזער צײַט דאַרפֿן מיר האָבן טאַקע אַ ביסל מער ליכט.

אַ שאָד, וואָס די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין האַלט נישט פֿון קיין קורצע רעדעס. צום באַדויערן, זענען אירע קענטענישן פֿון דער פּוילישער שפּראַך זייער באַגרענעצט. ווי זאָגט מען: מער ווערטער — מער גראָבע טעותים.


וועראַ גראַנס לידער און איר גורל

דער „פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן‟ האָט אויך געפּראַוועט חנוכּה פֿאַר זײַנע חבֿרים און פֿרײַנד. די אַקטריסע און זינגערין מאָניקאַ פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָט פֿאַרווײַלט דעם עולם, וואָס איז געקומען אינעם פֿאַרבאַנד־קלוב לעבן דעם ייִדישן טעאַטער מיט אַ קאָנצערט פֿון וועראַ גראַנס לידער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/193039/news-from-warsaw/?p=all#ixzz3ts9oR0mZ

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: