10 canciones de Januke y un popurrí de melodías jasídicas

Por:
- - Visto 2333 veces

נאָך דעם, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט פֿאַראַכטאָגן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רשימה חנוכּה־לידער האָט מען אַרײַנגעשיקט אַ רײ באַמערקונגען און פֿאָרשלאָגן אויף נאָך לידער, וואָס מיר זאָלן אַרויפֿשטעלן. צוליב דער בקשה פֿון די לייענער ברענגען מיר נאָך אַ סעריע לידער לכּבֿוד חנוכּה.

די צווייטע ליסטע הייבט זיך אָן מיט אַ ליד, וואָס איז מסתּמא דאָס סאַמע־עלטסטע; ווי אַלע באַקאַנטע ייִדישע תּפֿילות, האָבן די פֿאַרשידענע ייִדישע עדות געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער חזן פּנחס באָרענשטיין האָט געזונגען דאָס ליד, באַגלייט מיט אַ כאָר.


די בראַצלעווער חסידים האָבן זייער אייגן ניגון, מיט וועלכן זיי זינגען „מעוז צור‟. אָט שפּילט דער באַקאַנטער חסידישער מוזיקער יחיאל פֿראַנק דעם ניגון אויפֿן קלאַרנעט.

אין מאַראָקאָ האָט מען געזונגען די ייִדישע תּפֿילות אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער. אָט הערט איר ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנער ייִדישע קאַפּעליע שטעלט פֿאָר „מעוז צור‟. עס זינגט הרבֿ מני מיימון כּהן.

נאָך אַן אור־אַלטע תּפֿילה, וואָס איז געוואָרן אַ חנוכּה־ליד, „הנרות הללו‟. אָט זינגט דער גרויסער חזן גרשון סיראָטע „הנרות הללו‟, באַגלייט פֿון אַ כאָר.

חזן סיראָטע איז געווען צווישן די סאַמע־באַקאַנטסטע חזנים אויף דער וועלט אין די 1910ער און 1920ער יאָרן און איז אויפֿגעטראָטן אין צענדליקער לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט געזונגען אינעם באַרימטן „קאַרנעגי־האָל‟. ער איז אומגעקומען על־קידוש השם, אַ קעמפֿער אינעם וואַרשעווער־געטאָ אויפֿשטאַנד צו 69 יאָר.

נאָך דעם וואָס גרשון סיראָטע האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע ווי דער חזן אין דער באַקאַנטער וואַרשעווער שיל אויף דער טלאָמאַצקע־גאַס, האָט דער חזן משה קוסעוויצקי איבערגענומען זײַן שטעלע. חזן קוסעוויצקי האָט איבערגעלעבט די מלמחה אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איז שפּעטער געקומען קיין אַמעריקע. די דאָזיקע רעקאָרדירונג פֿון זײַן „הנרות הללו‟ האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט אין לאָנדאָן אין 1955.

דער באַקאַנטסטער חזן פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון חזונות איז הײַנט מסתּמא יאָסעלע ראָזענבלאַט. ראָזענבלאַט האָט, פֿאַרשטייט זיך, רעקאָרדירט אַ סך חנוכּה־לידער. גאָר אינטערעסאַנט איז זײַן נוסח פֿון „יוונים‟, באַגלייט פֿון משוררים.

פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר געהערט די חנוכּה־לידער פֿון וווּדי גאָטרי און „די וויווערס‟. ווי עס טרעפֿט זיך, האָט פּיט סיגער, אַ זינגער אין דער קאַפּעליע „די וויווערס‟ און אַ חבֿר פֿון גאָטרי אויך רעקאָרדירט אַ נוסח פֿון „חנוכּה, אוי חנוכּה‟ אויף ייִדיש.

און אָט איז אַ פֿילם, אין וועלכן סיגערס נאָענטער חבֿר און קאָלעגע טעאָדאָר ביקעל זינגט דאָס זעלביקע ליד. איידער ער הייבט אָן צו זינגען, רעציטירט ער אַן ענגלישן נוסח פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד „אוי איר קליינע ליכטלעך‟.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס איינציקע גאָר־באַקאַנטע חנוכּה־ליד אויף דזשודעזמאָ איז „אַכט ליכטלעך‟, זענען דאָ צענדליקער אַלטע פֿאָלקס־לידער וועגן חנוכּה אין דער ספֿרדישער טראַדיציע, אַ סך מער ווי, למשל, אין דער אַשכּנזישער. אָט שטעלט פֿאָר דזשודי פֿרענקל איר נוסח פֿון איינעם פֿון זיי.

וואָס שייך „אַכט ליכטלעך‟ איז דאָס ליד פֿון פֿלאָרי יאַגאָדאַ גאַנץ פּאָפּולער צווישן דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג און ווערט געזונגען אין אַ סך עפֿנטלעכע שולן אויף די יערלעכע ווינטער־קאָנצערטן. אָט איז גאָר אַ שיינער נוסח פֿון Ocho Kandelikas, וואָס אַ לייענער האָט אַרײַנגעשיקט, אין וועלכן אַ קינדער־כאָר פֿון קאָנעטיקאָט שטעלט פֿאָר דאָס ליד.

פֿאַראַכטאָגן, אין מײַן איבערזיכט פֿון לידער לכּבֿוד חנוכּה, האָב איך געשריבן, אַז כאָטש אַ סך קלעזמאָרים זינגען און שפּילן די חנוכּה־לידער פֿון משה אוישער, קען קיינער פֿון זיי דאָך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אוישער אַליין.

אָבער נאָכן זיך צוהערן ווי אַזוי שלום לעמער שטעלט פֿאָר אַ פּאָפּורי פֿון אוישערס לידער, באַגלייט פֿונעם „שירה־כאָר‟ און דעם „פֿריילעך־אָרקעסטער‟, מיין איך אַז איך האָב זיך טועה געווען.

די מאָדערנע אינטערפּרעטאַציע פֿון „האָב אַ גוטן חנוכּה‟, „דרײ דריידל‟ און נאָך לידער פֿון אוישערס רעפּערטואַר בינדט צונויף די בעסטע עלעמענטן פֿון אוישערס אָריגינעלער קאָמפּאָזיציע מיט מאָדערנע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, אַזוי ווי די עלעקטרישע גיטאַר, וואָס האָבן ניט עקזיסטירט ווען דער באַקאַנטער חזן האָט געלעבט. די אַראַנזשירונג מיטן פֿולן אָרקעסטער, באַנאַנד מיט די שטאַרקע קולות פֿונעם כאָר, גיבן אַ סך צו צו לעמערס זינגען אָבער ווענדן ניט אָפּ פֿון זײַן שטאַרקן קול. אַפֿילו די בלאָז־אינסטרומענטן, וואָס זענען געוויינטלעך די הויפּט־חסרון פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, קלינגען פּערפֿעקט אינעם נײַעם נוסח. דער סאַקסאָפֿאָן־סאָלאָ אין „דריי דריידל‟ איז בפֿירוש שטאַרק. מיט איין וואָרט: ס׳איז כּדאַי צו זען און הערן. און שפּילן אויף אײַער חנוכּה־שׂימחה.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/201485

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: