A cuarenta años de la Guerra de Yom Kipur

Por:
- - Visto 518 veces

שבת וועט ווערן 40 יאָר זינט ס‘האָט זיך אָנגעהויבן די יום-כּיפּור מלחמה. עס  וועט אויך זײַן דער 40סטער יאָרטאָג פֿון דער אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטיע אין  מיטל-מיזרח. הײַנט, ווען אַמעריקע פּרוּווט זיך אַרויסדרייען פֿון דער  קאָמפּליצירטער סיטואַציע, וואָס ס‘האָט זיך געשאַפֿן אין דעם ראַיאָן, איז כּדאַי  זיצן דערמאָנען די געשיכטע פֿון דער ראָלע, וואָס אַמעריקע האָט געשפּילט אין  מיטל-מזרח און ווי זי האָט זיך געביטן במשך פֿון דער צײַט.

מען קען נישט פֿאַרשטיין די אַמעריקאַנער אינטערעסן אין מיטל-מזרח אָן צו  געדענקען דעם מצבֿ פֿון וועלט-פּאָליטיק נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אייראָפּע  איז כּמעט אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן, און די איינציקע אויבערמאַכטן וואָס זײַנען  געבליבן, זײַנען געווען די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער ראַטן-פֿאַרבאַנד. די  גרויסע אימפּעריעס, ווי ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און אַנדערע  אייראָפּעיִשע לענדער האָבן זיך ביסלעכווײַז אײַנגעבראָכן. צוליב די  אימפּערליאַליסטישע אַמביציעס פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט אַמעריקע געמוזט אָננעמען  דאָס אַחריות פֿאַר דער זיכערהײט און פֿרײַהײט פֿון די לענדער, וואָס זײַנען נאָך  נישט געווען אונטער דער באַדריקונג פֿון קאָמוניזם. צעבינדן אַ מלחמה קעגן  ראַטן-פֿאַרבאַנד איז נישט געווען אַ רעאַליסטישע אָפּציע, איז די דיפּלאָמאַטיע  געוואָרן אַ וויכטיקע כּלי קעגן די קאָמוניסטן.

אין די 1950ער און 1960ער יאָרן איז עגיפּטן געווען דאָס קולטורעלע און  פּאָליטישע האַרץ אין דער אַראַבישער וועלט. ווען פּרעזידענט נאַסער האָט  אײַנגענומען די מאַכט אין עגיפּטן, האָט דאָס גורם געווען אַ באַוועגונג פֿון  פּאַן-אַראַביזם און סאָציאַליזם איבער גאַנץ מיטל־מיזרח.


אַמעריקע האָט געהאָפֿט זיך צו דערנענטערן צו נאַסערן און צו דערווײַטערן פֿון  אים די סאָוועטן. זי האָט געשטיצט עגיפּטן מיט געלט און עקאָנאָמיש, ווי אויך זיך  קעגנגעשטעלט אין 1956, אַז ישׂראל, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך זאָלן זיך אַרײַנרײַסן  אין לאַנד. לסוף, האָט פּרעזידענט אײַזנהאָוּווער פֿאַרלוירן עגיפּטן נאָכדעם, ווען  ס‘איז געוואָרן קלאָר, אַז די אַמעריקאַנער שטיצע וועט עגיפּטן באַקומען נאָר מיט  אַ תּנאַי, אויב קאַיִר וועט זיך אָפּזאָגן פֿון דער הילף מצד דעם  ראַטן-פֿאַרבאַנד.

אין די אָנהייב 1970ער איז דער עגיפּטישער פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט געוואָרן  פֿרוסטרירט, הלמאַי די סאָוועטן האָבן פֿאַרלאַנגט צו פֿיל, און געגעבן ווייניק.  דעמאָלט האָט ער פֿאַרטריבן די סאָוועטישע דיפּלאָמאַטן פֿון לאַנד און גענומען זיך  דערנענטערן צו אַמעריקע. אין 1971 האָט סאַדאַט פּראָקלאַמירט, אַז אויב ישׂראל  וועט זיך צוריקציִען צו דער גרינער ליניע, איז עגיפּטן גרייט צו פֿירן אַ דיאַלאָג  וועגן אַ שלום-אָפּמאַך. צום באַדויערן, האָט מען זיך דעמאָלט באַצויגן צו זײַן  פֿאָרשלאָג נישט ערנסט, ווי אַ קונץ אָפּצונאַרן ישׂראל. אָנשטאָט דעם איז  פֿאָרגעקומען די יום-כּיפּור מלחמה.

דאָס מאָל האָט אַמעריקע אײַגעזען אַ געלעגנהייט צו באַגרענעצן די השפּעה פֿונעם  ראַטן-פֿאַרבאַנד אין מיטל-מיזרח. אין יאָר 1973 האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט  ריטשאַרד ניקסאָן געשיקט דעם מלוכה־סעקרעטאַר הענרי קיסינדזשער אין דעם ראַיאָן, צו  פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די אַראַבישע מדינות, און מאַכן אַ סוף  צו דער מלחמה. די פֿאַרהאַנדלונגען מיט עגיפּטן האָבן זיך גיך אַנטוויקלט און, אין  1979, איז אויסגערײַפֿט און אונטערגעשריבן געוואָרן דער שלום-אָפּמאַך צווישן  ישׂראל און עגיפּטן. די שטיצע פֿון אַמעריקע האָט געהאַט אַזאַ גרויסע ווערט, אַז  עגיפּטן איז גרייט געווען צו פֿאַרלײַדן דעם חרם סײַ פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד און סײַ  פֿון אַלע אַנדערע אַראַבישע לענדער.

נאָכדעם איז געקומען אַ תּקופֿה פֿון אַ צען יאָר, ווען אַמעריקע איז געווען  ווייניקער „אינוועסטירט‟ אין מיטל-מיזרח. אין די 1980ער יאָרן האָט מען נישט  אײַנגעזען קיין גרויסע פֿאָרשריטן אינעם שלום-פּראָצעס. נאָך דער אַטאַקע קעגן דעם  אַמעריקאַנער מיליטער אין לבֿנון האָט פּרעזידענט ראָנאַלד רייגען זיך אָפּגעטראָגן  פֿון דאָרטן, און בלויז אין די 1990ער יאָרן, בעת דער מלחמה מיט איראַק, אין  פּערסישן גאָלף, האָט אַמעריקע זיך דערפֿילט גענוג שטאַרק נאָך אַ מאָל צו האָבן אַ  שטאַרק וואָרט אין דעם ראַיאָן. די סעריע אָפּמאַכן צווישן ישׂראל און די  פּאַלעסטינער אין דער תּקופֿה האָבן עס באַשטעטיקט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172762/forty-years-since-yom-kippur-war/#ixzz2enE2iZx6

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: