Centro del Holocausto en Toronto digitaliza sus archivos, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 501 veces

אַ דאַנק דער אינטערנעץ זענען די פֿילמירטע גבֿית־עדותן פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה הײַנט צוטריטלעך צו מענטשן פֿון איבער דער גאַנצער וועלט.

די גרויסע זאַמלונגען פֿון אינטערוויוען, וואָס עס האָבן געמאַכט דער חורבן־צענטער אין לאָס־אַנדזשעלעס און „יד־ושם‟ אין ירושלים זענען די באַקאַנטסטע פּראָיעקטן אַזעלכע, אָבער מענטשן אין קהילות איבער דער וועלט האָבן געשאַפֿן ענלעכע פּראָיעקטן. איינע פֿון אָט די זאַמלונגען האָט געשאַפֿן דער טאָראָנטער חורבן־פֿאָרשונג־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שׂרה און חיים ניובערגער אין די 1980ער יאָרן, איידער דער באַקאַנטער פֿילם־רעזשיסאָר סטיווען שפּילבערג האָט געשאַפֿן דעם „שואה־פּראָיעקט‟ בײַם „דרום־קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט‟ מיטן געלט, וואָס ער האָט באַקומען פֿאַר זײַן חורבן־פֿילם „שינדלערס ליסטע‟.

לעצטנס האָט מען אַנאָנסירט אַז די קאָלעקציע פֿון אינטערוויוען מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין טאָראָנטאָ וועט די וואָך פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן ווי אַ דיגיטאַלישע זאַמלונג, וואָס דער ברייטער עולם קען זען אין ספּעציעלע קיאָסקן בײַם „חורבן־צענטער‟. כאָטש מע האָט געמאַכט די אינטערוויוען מיט יאָרן פֿאַר די „שפּילבערג־אינטערוויוען‟, האָבן ניט קיין סך מענטשן זיי געזען, ווײַל מע האָט זיי לכתּחילה רעקאָרדירט אויף אַלטע „VHS‟־טאַשמעס, וואָס מע קען ניט גרינג פֿאַרשפּרייטן. אַ דאַנק דער איצטיקער דיגיטאַליזירונג וועלן די פֿאָרשער פֿון איבער דער וועלט קענען זען די אוניקאַלע פֿילמען דורך דער אינטערנעץ. אַחוץ די 400 רעקאָרדירטע אינטערוויוען וואָס מע האָט געמאַכט אין טאָראָנטאָ, האָט מען אויך דיגיטאַליזירט 600 ענלעכע אינטערוויוען פֿון מאָנטרעאָל און 200 אינטערוויוען פֿון אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין קאַנאַדע.


אַ דאַנק דער הילף פֿון דער „שואה־פֿונדאַציע‟ האָט מען אויך געשאַפֿן אַן אינהאַלט-זײַט פֿון די אינטערוויוען, וואָס מע קען דורכזוכן. אויב אַ פֿאָרשער וויל וויסן וועגן אַ געוויסן לאַגער צי געטאָ, אָדער וועגן אַ טעמע ווי חורבן־לידער אָדער די פּאַרטיזאַנער, קען ער אַ דאַנק דער נײַער אינהאַלט־זײַט געפֿינען אַן אינטערויו אין וועלכן מע דערמאָנט די טעמע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200060/toronto-holocaust-centers-archives-digitized/#ixzz4NqMa2qsy

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: