Después de 70 años, sobreviviente del Holocausto obtiene su diploma, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 304 veces

אַז מע וואַרט דערוואַרט מען זיך.

אסתּר בעגאַם, אַן 88־יעריקע חורבן־געליטענע וואָס וווינט הײַנט אין פּלימאָט, מינעסאָטע, האָט סוף־כּל־סוף געקריגן איר מיטלשול־דיפּלאָם, 71 יאָר נאָך דעם וואָס די נאַציס האָבן בײַ איר באַרויבט די געלעגנהייט דאָס צו טאָן.

טראָגנדיק די בלויע סיום־הלבשה, גייענדיק מיט אַ גייער, און אַרומגערינגלט מיט אירע קינדער, אייניקלעך און אוראייניקלעך, האָט זי — לויט אַ באַריכט פֿון דער אָרטיקער פֿיליע פֿון „ען־בי־סי‟, „קער“ — געקריגן דעם דיפּלאָם אין איינעם מיטן קלאַס פֿון 2017 בײַ דער „ווייזאַטאַ־מיטלשול‟.


בעגאַמס גאַנצע משפּחה, וואָס איז, לויט איר, געווען זייער געבילדעט — דער טאַטע האָט געקענט 7 אָדער 8 שפּראַכן — איז אומגעקומען אינעם חורבן. צו עלעף יאָר האָט זי געוווינט אין אַ געטאָ אין פּוילן און נאָך דעם געאַרבעט אין אַ צוואַנגלאַגער. צו זיבעצן האָט זי חתונה געהאַט מיט נאָך אַ שארית־הפּליטהניק און זיי האָבן זיך אַריבערגעקליבן אין שטאַט מינעסאָטע אין אַמעריקע.

מיט זיבן יאָר צוריק, ווען בעגאַם האָט גערעדט וועגן אירע מלחמה־איבערלעבונגען פֿאַר אַן עולם תּלמידים אין דער מיטלשול, האָט איינער אַ פֿרעג געטאָן וואָס ס׳איז געווען איר טיפֿסטע חרטה אין לעבן. איז איר ענטפֿער געווען: דאָס נישט באַקומען איר מיטלשול־דיפּלאָם. דעמאָלט האָט איינע פֿון די לערערינס, קאַנדיס לעדמאַן, זיך נאָכגעפֿרעגט בײַם שול־דירעקטאָר צי מע קען איר אפֿשר געבן אַן ערן־דיפּלאָם, אָבער יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן. הײַיאָר האָט אָבער איבערגענומען דעם אַמט אַן אַנדערער, סקאַט גענגלער, וואָס האָט תּיכּף מסכּים געווען.

האָט אסתּר בעגאַם, סוף־כּל־סוף, מער ווי זיבן צענדליק יאָר שפּעטער, פֿאַרענדיקט די מיטלשול. אַז מ׳האָט עס איר געגעבן אין דער האַנט האָט זי אַרויפֿגעוואָרפֿן דאָס סיום־היטל אין דער לופֿטן, עלעהיי זי וואָלט נאָך געווען אַ יונג מיידל פֿון זיבעצן יאָר.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/204259/after–years-holocaust-survivor-gets-her-diploma/#ixzz4i73mXkUD

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: