Fallece poeta y traductor Yiddish Daniel Marlin

Por:
- - Visto 256 veces

דער ייִדישער פּאָעט, קינסטלער, און פּאָליטישער אַקטיוויסט דניאל מאַרלין איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן אין בערקעלי, קאַליפֿאָרניע, נאָך אַ לאַנגן געראַנגל מיט ראַק און פּראָבלעמען מיט זײַנע נירן. ער איז געווען 72 יאָר אַלט.

אויפֿגעוואַקסן בײַ אַן ענגליש־רעדנדיקער ייִדישער משפּחה, האָט מאַרלין אין די 1970ער יאָרן זיך פֿאַרליבט אין מאַמע־לשון. ער האָט זיך באַפֿרײַנדעט מיט דער ייִדישער פּאָעטעסע מלכּה הפֿץ־טוסמאַן און האָט בײַ איר שטודירט סײַ די ייִדישע שפּראַך, סײַ דעם לימוד פּאָעזיע. ער איז, אין איינעם מיט ד״ר קאַטרין העלערשטיין און מאַרשאַ פֿאַלק, געוואָרן איינער פֿון אירע הויפּט־איבערזעצער. ער האָט אויך אַרויסגעגעבן אַ ביכל פֿון זײַנע אייגענע לידער אויף ייִדיש אין 1981.

אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ ייִדישער פּאָעט און איבערזעצער האָט מאַרלין אַרויסגעגעבן עטלעכע בענד פּאָעזיע אויף ענגליש און איז געווען אַן אַקטיווער וויזועלער קינסטלער, שאַפֿנדיק הונדערטער סקיצעס, מאָלערײַען און צייכענונגען.


אַ לאַנגיאָריקער פּאָליטישער אַקטיוויסט, האָט מאַרלין געאַרבעט מיט עטלעכע אָרגאַניזאַציעס קעגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון נוקלעאַרע וואָפֿנס און לטובֿת דעם וווילזײַן פֿון די וועלדער און בערג אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער איז אויך געווען אַן אַקטיוויסט קעגן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע, שרײַבנדיק אַ ביכל לידער „ישעיהו בײַם מויער: פּאַלעסטינער מויער‟ אויפֿן סמך פֿון אַ לאַנגן באַזוך אין 2008 קיין ישׂראל און די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס.

מאַרלין האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי, טאָשיקאַ וואַטאַנאַבע און ברודער דזשעפֿרי מאַרלין. אַ הזכּרה נאָך אים וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג בײַם קהילה־זאַל אויפֿן נאָמען פֿון האַריעט טובמאַן אין בערקעלי.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206351/yiddish-poet-and-translator-daniel-marlin-has-died/#ixzz4v2cuPzYk

1 comentario en «Fallece poeta y traductor Yiddish Daniel Marlin»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: