Judíos polacos recuerdan la campaña antisemita de 1968, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 418 veces

די ייִדישע קהילה אין פּוילן האָט די וואָך דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע אָפּצומערקן די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע פֿון מאַרץ 1968, ווען די פּוילישע רעגירונג האָט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון לאַנד טויזנטער ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה.

גאָלדע טענצער, די דירעקטאָרשע פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער און דער „שלום־פֿונדאַציע‟, האָט אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אויף אַ וואַרשעווער באַן־סטאַנציע.

„אונדזערע עלטערן, נאָך זייערע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה, האָבן בלויז צוועלף יאָר שפּעטער דורכגעמאַכט נאָך אַ גירוש,‟ האָט טענצער דערקלערט. „מע האָט אונדז אַרויסגעוואָרפֿן, אָבער קיינער האָט ניט געקענט חרובֿ מאַכן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט איינער צום צווייטן.‟


מיכאל סויבלמאַן, אַ וואָרטזאָגער פֿאַר דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין וואַרשע, וועמענס משפּחה האָט פֿאַרלאָזט פּוילן אין 1969, האָט דערקלערט אַז דאָס יאָר איז געווען אַ סימבאָל פֿונעם סוף פֿון דער טויזנט־יאָריקער פּויליש־ייִדישער געשיכטע.

„כאָטש עס זענען שוין פֿאַרבײַ פֿופֿציק יאָר האָט די פּוילישע רעגירונג נאָך אַלץ גאָרניט ניט געטאָן וועגן דעם,‟ האָט סויבלמאַן געזאָגט. „די בירגערשאַפֿט, וואָס מע האָט אַזוי ברוטאַל צוגענומען, האָט מען קיינמאָל ניט צוריקגעגעבן. עס דאַכט זיך מיר, אַז ס׳איז שוין געקומען די צײַט, מע זאָל עס טאָן.‟

די „שלום־פֿונדאַציע‟ אָרגאַניזירט שוין עטלעכע יאָר לאַנג אַזוינע צערעמאָניעס אָפּצומערקן דעם יאָרטאָג פֿונעם גירוש. מיט נײַן יאָר צוריק איז דער געוועזענער פּוילישער פּרעזידענט לעך קאַזשינסקי געקומען אויף אַזאַ צערעמאָניע און האָט צוגעזאָגט, אַז מע וועט אומקערן די פֿאַרטריבענע פּוילישע ייִדן זייער בירגערשאַפֿט. גאָרניט איז פֿון דעם אָבער ניט אַרויסגעקומען. קאַזשינסקי איז אומגעקומען אין אַן אַעראָפּלאַן־קאַטאַסטראָפֿע מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין וועלכער עס זענען אויך אומגעקומען אַ סך וויכטיקע פּוילישע פּאָליטיקער. כאָטש זײַן פּאַרטיי איז איצט ווידער בײַ דער מאַכט איז עס, אַ פּנים, ניט קיין ברענענדיקע טעמע אויף איר סדר־היום.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202903/polish-jews-commemorate-anti-semitic-campaign-of-/#ixzz4ardn6bj8

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: