La biblioteca judía en Nápoles

Por:
- - Visto 601 veces

El autor nos describe el contenido de la nueva biblioteca y nos relata la historia de la comunidad judía de Nápoles desde el año 536 hasta el día de hoy. Es interesante el que se haga una nueva biblioteca cuando la comunidad cuenta con tan pocos miembros.

Maya Ajzen

(איט״אַ) די איטאַליענישע שטאָט נעאַפּעל וועט אין גיכן באַקומען די דריטע  ייִדישע ביבליאָטעק אינעם לאַנד. „ייִדישקייט און דער חורבן דערציילט אין 500  ביכער‟ וועט אויסגעשטעלט ווערן אין דער אָרטיקער „טוטשי‟־ביבליאָטעק. ווען די  אויסשטעלונג וועט זיך שליסן, וועלן די ביכער פֿאַרבלײַבן און פֿאַרלייגן דעם יסוד  פֿאַר אַ ייִדישן אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק. די ביכער זענען אָנגעשריבן אויף  פֿאַרשיידענע שפּראַכן — ענגליש, פֿראַנצייזיש, אונגעריש, און אַוודאי,  איטאַליעניש.


דאָס עלטסטע בוך אין דער זאַמלונג שטאַמט פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, אָבער ס‘רובֿ  ביכער האָבן אַ שײַכות מיטן חורבן. די דאָזיקע ביבליאָטעק וועט זײַן די ערשטע אינעם  דרומדיקן טייל פֿון איטאַליע. די אַנדערע צוויי ייִדישע ביבליאָטעקן געפֿינען זיך  אין רוים און מילאַן.

נאָר אַ קליינע ייִדישע קהילה וווינט הײַנט אין נעאַפּאָל, אָבער זי איז אַן  אַלטע. נאָך אין די רוימישע צײַטן האָבן שוין דאָרטן געלעבט די ייִדן. אינעם יאָר  536, לויט דער נײַער צײַט־רעכענונג, איז די קהילה געווען גענוג גרויס צו קעמפֿן  מיטן גאָטישן פֿאָלק קעגן דער ביזאַנטישער אַרמיי. אין 1159 ווען בנימין פֿון טודלה  איז געקומען צו גאַסט, האָט ער פֿאַרצייכנט, אַז 500 ייִדישע משפּחות וווינען  דאָרט. אין 1288 נאָך דעם ווי די דאָמיניקאַנער גלחים האָבן פֿאַרשפּרייט  אַנטיסעמיטישע געפֿילן, האָט די מלוכה פֿון נעאַפּאָל אַרויסגעטריבן אירע ייִדן און  עטלעכע יאָר שפּעטער האָט מען געצוווּנגען די געבליבענע ייִדן זיך צו שמדן.

אין 1473, האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישע פּרעסע אין דער שטאָט. אין 1492  זענען אָנגעקומען אַ סך ספֿרדישע ייִדן נאָך גירוש־שפּאַניע, ווײַל דער מלך פֿון  נעאַפּאָל האָט זיי צוגעזאָגט צו פֿאַרטיידיקן. אָבער באַלד נאָך דעם האָט  פֿראַנקרײַך, און דערנאָך שפּאַניע, איבערגענומען די מלוכה און מע האָט די ייִדן  אַרויסגעטריבן. ערשט אין 1735 האָט מען געלאָזט די ייִדן זיך אומקערן.

די משפּחה ראָטשילד האָט אין 1841 געקויפֿט אַ פּריצישע דאַטשע און דאָס אָרט  איז געוואָרן אַ ייִדישער צענטער. 50 ייִדן פֿון דער שטאָט האָבן זיך אויסבאַהאַלטן  אין די אַרומיקע דערפֿער און זיך געראַטעוועט אין צײַט פֿונעם חורבן. אַן ערך 200  ייִדן וווינען הײַנט דאָרטן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/167927/naples-jl/#ixzz2t9QA7GZm

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «La biblioteca judía en Nápoles»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: