Mientras Yad Vashem lo rechaza, el museo Judío de Polonia agrega un tour en Yiddish

Por:
- - Visto 393 veces

דער „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן‟, אויך באַקאַנט ווי דער „פּולין־מוזיי‟, האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך צוגעגעבן ייִדיש צו דער רשימה שפּראַכן, וואָס אַ באַזוכער קען אויסקלײַבן, אויב ער וויל מאַכן דעם טור דורך אַן אוידיאָ־וועגווײַזער.

דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ מוזיי באַזאָרגט זײַנע באַזוכער מיט אַן אוידיאָ־טור אויף ייִדיש. מע קען שוין דורכמאַכן דעם טור פֿונעם „פּולין־מוזיי‟, ניצנדיק אַ הער־אַפּאַראַט אויף פּויליש, ענגליש, העברעיִש, רוסיש, דײַטש, איטאַליעניש אָדער שפּאַניש, אָדער נאָכפֿאָלגן די אויסשטעלונג דורך אַ ווידעאָ אויף שטום־לשון.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געפֿרעגט בײַם „אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן און בײַ „יד־ושם‟ אין ירושלים, צי זיי האָבן אויך בדעה אײַנצופֿירן ייִדיש־שפּראַכיקע אוידיאָ־ וועגווײַזערס, ווי דער „פּולין־מוזיי‟ האָט געטאָן. לוק ליי, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם וואַשינגטאָנער מוזיי, האָט געענטפֿערט, אַז די אויסשטעלונג ניצט נישט קיין אוידיאָ־וועגווײַזער, און „יד־ושם‟ האָט בכלל נישט געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע.


ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט, די קוראַטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן‟

ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט, די קוראַטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן‟

ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די קוראַטאָרין פֿון דער הויפּט־אויסשטעלונג אינעם „פּולין־מוזיי‟, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז זי געדענקט אַפֿילו נישט וועמעס אײַנפֿאַל ס׳איז געווען צו מאַכן דעם אוידיאָ אויף ייִדיש, אָבער זי איז זיך משער, אַז ס׳האָט אַ שײַכות מיט אַ לעקציע, וואָס זי האָט געגעבן בעת אַ ייִדיש־סעמינאַר אין וואַרשע אין זומער 2013.

ד״ר קאַראָלינע שימאַניאַק, וואָס פֿירט אָן מיטן אָפּטייל פֿון דער ייִדישער קולטור בײַם וואַרשעווער „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟, האָט געהאַט פֿאַרבעטן ברײַנדלען צום „אינטערנאַציאָנאַלן זומער־סעמינאַר פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור‟, כּדי צו דערציילן דעם פֿאַקולטעט און די סטודענטן וועגן דעם נײַעם מוזיי.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194717/an-audio-guide-in-yiddish/?p=all#ixzz40Gi6sTcX

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: