Muere el historiador bundista Henri Minczeles, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 369 veces

געבוירן אין פּאַריז אינעם יאָר 1926, האָט מינטשעלעס (אָפֿט אַרויסגערעדט אויף פֿראַנצויזיש ווי מינסקעלעס) דערלעבט ביזן בכּבֿודיקן 91־יאָריקן עלטער. דער היסטאָריקער איז געשטאָרבן נאָך אַן אַפּעראַציע פֿון אַ שווערער אינפֿעקציע. דעם 15טן מאַרץ איז ער באַערדיקט געוואָרן אויפֿן בית־עולם פֿון דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט באַניע.

ס׳זעט אויס, אַז צווישן די ענגליש־רעדער בלײַבט מינטשלעס ווייניק באַקאַנט. עטלעכע אַמעריקאַנער ייִדישיסטן האָבן געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס“, אַז זיי האָבן פֿון אים קיינמאָל נישט געהערט. בלויז איינס פֿון זײַנע ביכער, „ייִדישלאַנד“, אָנגעשריבן בשותּפֿות מיט זשעראַר סילווען, איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש. זײַן בוך „ליטווישע ייִדן אין 1918־1940“, צונויפֿגעשטעלט מיט דער הילף פֿון איוועס פּלאַסעראָ, איז דערשינען אינעם יאָר 2000 אויף ליטוויש; קיין ענגלישער וואַריאַנט איז נאָך אַלץ נישטאָ.

אין פֿראַנקרײַך איז ער אָבער במשך פֿון אַ סך יאָרן געווען באַקאַנט ווי אַן אָנגעזעענער ייִדישער כּלל־טוער און היסטאָריקער, לאַוו־דווקא צווישן ייִדן. פֿאַר זײַן טעטיקייט האָט מינטשעלעס באַקומען דעם „שעוואַליע־טיטל“ און דעם נאַציאָנאַלן פֿראַנצויזישן אָרדן „פֿאַר פֿאַרדינסטן“, צוויי זילבערנע מעדאַלן פֿון דער פּאַריזער מוניציפּאַליטעט און אַ צאָל חשובֿע פּריזן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.


אַנרי מינטשעלעס, דער צווייטער פֿון רעכטס, צווישן עטלעכע פּאַריזער ייִּדישיסטן און בונדיסטן, 1993

בערל (בערנאַר) ווײַסבראָט
אַנרי מינטשעלעס, דער צווייטער פֿון רעכטס, צווישן עטלעכע פּאַריזער ייִּדישיסטן און בונדיסטן, 1993

צום מערסטן איז מינטשעלעס באַקאַנט אַ דאַנק זײַנע ביכער וועגן „ייִדישן אַרבעטער בונד“ און דער געשיכטע פֿון די ליטווישער ייִדן. מיט דער הילף פֿון אַבי וויוויאָרקאַ, אַ פּאַריזער ייִדישיסט און פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצערין, האָט מינטשעלעס אַרויסגעגעבן אויף פֿראַנצייזיש וולאַדימיר מעדעמס זכרונות „פֿון מײַן לעבן“. די איבערזעצונג פֿון מעדעמס בוך „די אַלגעמיינע געשיכטע פֿונעם בונד, אַ ייִדישע רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג“, בלײַבט צווישן די פּאָפּולערסטע ווערק וועגן די בונדיסטן אין פֿראַנקרײַך. מינטשעלעס׳ בוך „די ליטוואַקעס“, פֿון 2008, האָט באַקענט אַ סך פֿראַנצויזן מיט דער רײַכער געשיכטע פֿון דער אַמאָליקער וועלט פֿונעם ליטווישן ייִדנטום.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/203113/bund-historian-henri-minczeles-has-died/?p=all#ixzz4c5NOnA14

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: