Nuevos esfuerzoa para preservar el “Yiddish Walk of Fame”

Por:
- - Visto 298 veces

עס בלײַבט הײַנט כּמעט ניט קיין שפּור פֿון די אַמאָליקע ייִדישע טעאַטערס אויף דער צווייטער עוועניו. כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן בראָדוויי האָט אייב ליבעוואָל ז׳׳ל, דער אייגנטימער פֿונעם „צווייטן־עוועניו דעלי‟ און אַ גרויסער אָנהענגער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, געשאַפֿן די „שטערן־סטעשקע פֿון ייִדישן טעאַטער‟ פֿון פֿאָרנט פֿון זײַן רעסטאָראַן.

די סטעשקע באַשטייט פֿון אַ סעריע טאָוולען אויפֿן טראָטואַר וואָס גיבן אָן די נעמען פֿון די אַמאָליקע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די סטעשקע איז געוואָרן אַן אַטראַקציע פֿאַר זיך און אַ ריי פֿון די געוועזענע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער זענען בײַגעווען אויף דער אַנטפּלעקונג פֿון זייער אייגענעם „שטערן‟; אַרײַנגערעכנט פֿײַוויש פֿינקל, ליליאַן לוקס, קלייר בייגלמאַן (פֿון די שוועסטער בערי), מינע בערן און מײַק בורשטיין (אים צו לאַנגע יאָר).

די שטערן־סטעשקע געפֿינט זיך אָבער הײַנט ניט אין קיין גוטן מצבֿ. דער „צווייטער עוועניו־דעלי‟ געפֿינט זיך שוין 11 יאָר ניט אויף דער צווייטער עוועניו און אויפֿן אָרט שטייט הײַנט אַ באַנק. דער באַקאַנטער אייגנטימער פֿונעם דעלי, אייב ליבעוואָל, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט אים געגרינדעט אין 1953, איז טראַגיש אומגעקומען אין 1996 בעת אַ רויבערײַ. זײַן ברודער דזשעק האָט איבערגענומען דעם רעסטאָראַן ביז ער האָט זיך אַריבערגעצויגן אין צוויי אַנדערע לאָקאַלן. הײַנט צעברעקלען זיך שוין די טאָוולען פֿון דער „שטערן־סטעשקע‟ און מע קען קוים איבערלייענען די נעמען.


לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟ קלערן שוין אַ ריי עקספּערטן וואָס מע קען טאָן כּדי אויפֿצוהיטן די טאָוולען. איין פּלאַן איז זיי איבערצופֿירן אין אַ מוזיי ווי אַ טייל פֿון אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אַנדערע ווילן דווקא אָפּהיטן די „שטערן־סטעשקע‟ אָבער גיבן איבער, אַז עס וועט קאָסטן מער ווי 100,000$ זי צו פֿאַרריכטן און פֿאַראייביקן. אַ גרופּע פּראָפֿעסיאָנעלע אויפֿהיטער (בלע׳׳ז: preservationists) האָבן לעצטנס באַזוכט די סטעשקע, כּדי אַליין צו זען איר מצבֿ און אויסצוגעפֿינען מעגלעכע מנדבֿים צו באַצאָלן פֿאַרן אויפֿהיטן די טאָוולען.

כאָטש דער גורל פֿון דער „שטערן־סטעשקע‟ איז ווײַט ניט קיין פֿאַרזיכערטער, איז שרון ליבעוואָל, די טאָכטער פֿון אייב ליבעוואָל, צופֿרידן, וואָס מענטשן ווײַזן אַרויס אַן אינטערעס צו איר. „ס׳איז וווּנדערלעך,‟ האָט זי געזאָגט דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟. „דער ייִדישער טעאַטער איז געווען מײַן פֿאָטער ליב און טײַער. איך ווייס, אַז ער וואָלט געווען זייער צופֿרידן דאָס צו זען.‟

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/205058/new-efforts-to-preserve-the-yiddish-walk-of-fame/#ixzz4mkyNvucA

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: