Preparándose para el seider en el último shtetl de Ucrania, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 301 veces

בערשאַד, אוקראַיִנע. — אויפֿן ערשטן בליק זעט אויס דאָס סומנע שטעטל בערשעד – וואָס ליגט 160 מײַל אויף דרום פֿון קיִעוו — נישט אַנדערש ווי די אַרומיקע פֿאַראָרעמטע פּראָווינץ.

די לופֿט איז אין בערשעד שטענדיק פֿול מיט רויך פֿונעם האָלצפֿײַער וואָס זײַנע 13,000 אײַנוווינערס ניצן בדרך־כּלל צו באַהייצן די שטיבער. מיט צוויי וואַקלדיקע בריקן איבערן פֿאַרפּעסטיקטן (און איצט פֿאַרפֿרוירענעם) טײַך דאָכנע זענען די וועגן באַפֿעלקערט מיט אַלטע סאָוועטישע טאַראַדײַקעס און נישטאָ דאָ קיין איין גאַסנלאָמפּ.

ווי אַ סך אַנדערע פֿאַרוואָרפֿענע אוקראַיִנישע שטעטלעך האָט בערשעד אויך אַ קליינע, עלטערע ייִדישע באַפֿעלקערונג. די ייִדן האַלטן זיך דאָ אָן, נישט־געקוקט אויף דעם וואָס כּמעט אַלע זייער קרובֿים לעבן זיך גאַנץ באַקוועם אין ישׂראל אָדער די פֿאַראייניקטע שטאַטן.


אָבער אין בערשעד איז דאָ מער ווי סע דאַכט זיך.

אַז מע קוקט זיך נעענטער צו צו דער יחיד־במינודיקער געשיכטע און אַרכיטעקטור זעט זיך עפּעס אומגלייבלעכס אָן: בערשעד, צווישן די לעצטע פֿאַרבליבענע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, געפֿינט זיך לעבן דער מאָלדאָווישער גרענעץ. כאָטש סע לעבן דאָ הײַנט נאָר פֿופֿציק ייִדן, איז עס אַ לעבעדיקער עדות אויף דער געוואַלדיקער דויערדיקייט פֿון דער ייִדישער קהילה, וואָס האַלט זיך אָן נישט־געקוקט אויף צענדליקער יאָרן פֿון קאָמוניסטישער רעפּרעסיע, דעם חורבן, און דער אויסוואַנדערונג פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן.

דווקא אין דער בערשעדער שיל — וואָס מ׳האָט אויפֿגעבויט פֿון ליים מיט 200 יאָר צוריק — זעט זיך אָן די סאַמע אוניקאַלקייט פֿון דער ייִדישער קהילה. ס׳איז באמת נישט צום גלייבן אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט דער ייִדישער קהילה אין 1946 אומגעקערט דעם ווײַסן, צוויי־גאָרנדיקן בנין מיטן בלעכענעם דאַך. דאָס איז געווען באַלד נאָך דעם וואָס די רויטע אַרמיי האָט באַפֿרײַט די הײַנטיקע אוקראַיִנע פֿון נאַצישן דײַטשלאַנד און זײַנע אַליִיִרטע. ס׳איז טאַקע געווען זייער אומגעוויינלעך דאָס צו טאָן אין דער סעקולאַריסטישער אימפּעריע וואָס האָט אונטער סטאַלין סיסטעמאַטיש נאַציאָנאַליזירט דאָס אייגנס פֿון כּמעט אַלע רעליגיעזע קהילות און האָט בדרך־כּלל גערודפֿט ייִדן וואָס האָבן געהאַלטן די מיצוות.

נאָכן נאַצישן גענאָציד האָט די אָ סאָוועטישע פּאָליטיק שיִער נישט אַוועקגעהרגעט דאָס ייִדישע לעבן איבער דער אוקראַיִנישער פּראָווינץ, וווּ סע פֿלעגן אַ מאָל עקסיסטירן טויזנטער שטעטלעך. יעפֿים וויגאָדנער, דער 64־יעריקער פֿירער (און ייִנגסטער מיטגליד) פֿון דער בערשעדער ייִדישער קהילה, האַלט אַז די אַקטיווע שיל איז געווען דער צענטער פֿונעם קאָמונאַלן לעבן אין שטעטל. אין די 1960ער יאָרן האָבן דאָ נאָך געלעבט אַרום 3,500 ייִדן.

אין משך פֿון צענדליקער יאָרן האָבן די בערשעדער ייִדן — אַ דאַנק זייער מזל, אָפּגעזונדערטקייט, פֿעסטקייט און פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט די נישט־ייִדישע שכנים — אַרויסגעוויזן זייער איבערגעגעבנקייט צו זייער ייִדישער קולטור־ירושה, בפֿרט אום פּסח און יום־כּיפּור, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער היים און אַרײַן אין שיל.

וויגאָדנער האָט אין אַן אינטערוויו דערציילט דער ייִט״אַ, אַז ווען ער איז געווען אַ ייִנגל פֿלעגט זיך פֿאַר פּסח עפֿענען אַן אימפּראָוויזירט מצה־בעקערײַ לעבן דער שיל, און דער ריח פֿון דער זיך באַקנדיקער מצה האָט זיך געטראָגן איבער די בלאָטיקע גאַסן פֿון שטעטל.

בראָניע פֿעלדמאַן, אַ פֿרײַנדלעכע 79־יעריקע בערשעדער אײַנוווינערין, האָט זיך דערמאָנט אַז יעדן יום־כּיפּור פֿלעג די מאַמע זי פֿירן צום פּלאַץ אַקעגן איבער דער שיל, וווּ הונדערטער ייִדן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט צו הערן ווי מע בלאָזט שופֿר. לערערס און דאָקטוירים, וואָס האָבן אין דער קאָמוניסטישער תּקופֿה נישט געוואָלט מע זאָל זיי אָנמאַכן קיין צרות בײַ דער אַרבעט, פֿלעגן נישט אַרײַנגיין אין שיל, אָבער זענען פֿאָרט געבליבן נאָענט צום בנין. פּסח, אָבער, האָבן אַלע ייִדן געגעסן מצה.

ווי אַזוי טאַקע האָט בערשעד איבערגעלעבט? צום טייל דערפֿאַר וואָס ער געפֿינט זיך אויף מערבֿ: אין 1941 איז דער ראַיאָן געפֿאַלן אונטער דער אָקופּאַציע פֿונעם רומענישן פֿאַשיסטישן מיליטער, וואָס האָט נישט אַזוי מעדאָטיש אויסגעהרגעט ייִדן ווי די דײַטשע אַליִיִרטע. זיי האָבן יאָ ליקווידירט שכנישע שטעטלעך און איבערגעמאַכט בערשעד — וווּ ס׳האָבן אין 1939 געלעבט 5,000 ייִדן — אין אַ צענטראַלער געטאָ מיט 25,000 אײַנגעשפּאַרטע. נאָר אַ 3,500 פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט.

צווישן זיי: אַלעקסאַנדער זאָרניצקי, אַ 83־יעריקער פּענסיאָנירטער וועטערינאַר, האָט זיך אויסבאַהאַלטן מיט דער מאַמען און צוויי שוועסטער בשעת דײַטשע סאָלדאַטן האָבן אויסגעשאָכטן 2,800 ייִדן אינעם דערבײַיִקן שטעטל טערנעווקע. מיט דער הילף פֿון אָרטיקע נישט־ייִדן איז די משפּחה אַנטלאָפֿן קיין בערשעד, וווּ זיי האָבן געוווינט אין אַן ענגער הילצערנער וווינונג פֿון צוויי צימערן אינעם ייִדישן קוואַרטאַל, און נישט געהאַט גענוג צו עסן.

נאָכן חורבן האָבן די בערשעדער נישט־ייִדן מער־ווייניקער געלאָזט די ייִדן צו רו, און דאָס האָט געלאָזט די ייִדן אויפֿהאַלטן דאָס גײַסטיקע לעבן אין שטעטל. דאָ האָט געשפּילט אַ שטאַרקע ראָלע די קאָעקסיסטענץ פֿון הונדערטער יאָרן לאַנג, האָט וויגאָדנער צוגעגעבן.

די בערשעדער ייִדן זענען, בדרל־כּלל, מעטאַל־אַרבעטער, שוסטערס, סטאָליערס און פֿישערלײַט, וואָס זייערע משפּחות זענען הונדערטער יאָרן לאַנג געשטאַנען פּלייצע צו פּלייצע מיט נישט־ייִדן.

אין די 1980ער יאָרן האָט זיך די מצה־בעקערײַ געשלאָסן. ביז 1989 האָט די ייִדישע קהילה באַטראָפֿן אַרום טויזנט מיטגלידער — האַלב די גרייס פֿון מיט צען יאָר פֿריִער.

הײַנט פּראַוועט מען אַ סדר אין דער שיל, אָרגאַניזירט דורך חב״ד. די בערשעדער ייִדן קומען צו פֿאָרן אַ גאַנץ יאָר כּדי צו קריגן שפּײַזפּעקלעך וואָס סע שיקט די ישׂראלישע צדקה־אָרגאַניזאַציע „קריסטן פֿאַר ישׂראל“. יעקבֿ סקלאַרסקי, וואָס פֿאַרמאָגט די איינציקע פֿאָטאָ־סטודיע אין שטעטל, דינט ס׳רובֿ פֿונעם יאָר ווי דער רבֿ. זײַן ייִחוס? ער קען זינגען און לייענען, נאָר נישט פֿאַרשטיין, לשון־קודש.

די ספֿר־תּורה איז נישט קיין כּשרע, און אין דער שיל אַליין – וואָס דינט גיכער ווי אַ קאָמונאַלער צענטער איידער אַ בית־מדרש — געפֿינט זיך זעלטן אַ מנין. דאָס פֿרעסקאָ־מאָלערײַ אויף דער סטעליע, אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מגן־דוד, הענגט ווײַטער, אָבער פֿונעם פֿאַסאַד שיילט זיך שוין און סע זעט זיך אַרויס די ליים און שטרוי פֿון צווישן די ווענט. דערצו איז דער עזרת־נשים מגולגל געוואָרן אין אַ סקלאַד. דאָך איז די שיל פֿאַרבליבן צווישן די סאַמע פּרעזערווירטסטע בנינים פֿונעם אַלטן שטעטל, מיט אַ נײַעם בלעכענעם דאַך און אַ פֿרישן שיכט ווײַסע פֿאַרב.

אַרום דער שיל שטייען פֿאַרלאָזטע הײַזער צעפֿאַלענע, וואָס מע קען אין זיי נישט וווינען, און אין די הויפֿן געפֿינט זיך אָפּפֿאַל און טשאַטעס הפֿקר־הינט. בײַ טייל פֿון די הײַזער, וווּ סע שיילט זיך די פֿאַרב, זעט מען נאָך אַלץ אויף די פֿוטרינעס דעם סימן פֿון אַ מזוזה.

פֿרוי פֿעלדמאַן, די לעצטע אײַנוווינערין דאָ וואָס קען נאָך ייִדיש, פֿרייט זיך וואָס מע האָט אַ שיל, און שאַצט שטאַרק אָפּ דעם רבֿ אָבער קלערט זיך איבערצוציִען צו איר שוועסטער וואָס וווינט אין אַשדוד. זי בלײַבט נאָר דערפֿאַר וואָס איר טאָכטער מאַיאַ וווינט אין בערשעד.

וויגאָדנערס זון האָט עולה געווען מיט פֿינעף יאָר צוריק. אָבער ער מיט זײַן ווײַב תּמרה פֿאָרן נישט אַוועק. בײַ זיי בלײַבט‎ בערשעד זייער קהילה און זייער היים.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/203220/preparing-for-passover-in-ukraines-last-shtetl/#ixzz4cZeNUdH0

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: