Vanda Nelken Saliutska, de 101 años de edad, espera el reconocimiento por los judíos a los que salvó durante la guerra

Por:
- - Visto 314 veces

געראַטעוועט ייִדן, אָבער פֿיגורירט ניט צווישן די חסידי־אומות־העולם

וואַַנדאַַ-נעלקען זאַַלוסקאַַ איז 101 יאַָר אַַלט. זי קען זיך נישט רירן פֿון איר וואַַרשעווער דירה. זי האַָט באַַקומען אַַ הויכע אויסצייכענונג פֿאַַר ראַַטעווען ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס זי האָט באַקומען פֿונעם פּּוילישן פּּרעזידענט בײַ זיך אין שטוב.

בײַ „יד-ושם‟ ווערט זי נישט פֿאַַרררעכנט ווי איינע פֿון די חסידי־אומות־העולם ווײַל זי שטאַַמט פֿון ייִדן. נאַָר גויים האַָבן דאַָס רעכט אויף אַַ מעדאַַל פֿון „יד-ושם‟.

וואַַנדאַַ-נעלקען זאַַלוסקאַַ שטאַַמט פֿון אַַ בכּבֿודיקער ייִדישער משפּחה אין קראַָקע. דער טאַַטע איז געווען אַַ יוריסט. די מאַַמע האַָט זיך געשמדט און געוואַָרן אַ טיף־גלויביקע קריסטין.


וואַַנדאַַ האַָט פֿון תּמיד אַָן געהאַַט ייִדישע חבֿרים, צו ערשט — אין גימנאַַזיע און שפּעטער אויפֿן אוניווערסיטעט.

בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז זי געוואַָרן אַ מיטגליד פֿון דער פּוילישער אַנטי-נאַצישער באַַוועגונג און געמוזט אַַנטלויפֿן פֿון קראַָקע קיין וואַַרשע.

אין וואַַרשע האַָט זי געהאַָלפֿן ראַַטעווען ייִדן. זי איז אַַרײַן אין געטאַָ און פֿאַַרזאַָרגט ייִדן מיט אַַרישע פּאַפּירן. זי האַָט אַַרויסגעבראַַכט פֿון געטאַָ ייִדישע קינדער און געפֿונען פֿאַַר זיי קריסטלעכע טאַַטע-מאַַמעס. זי האַָט געלערנט די ייִדן, קינדער אַון דערוואַַקסענע, ווי מען פֿירט זיך אין אַ קלויסטער, כּדי מען זאַָל נישט חושד זײַן, אַַז זיי זענען נישט קיין קאַַטאַָליקן.

בשעת דער אַַנטי-ייִדישער קאַַמפּאַניע אין 1968 האַָט מען זי אַַרויסגעוואַָרפֿן פֿון דער אַַרבעט צוליב איר ייִדישן אַָפּשטאַַם.

דער פּוילישער געהיים-דינסט האַָט זיך דעמאַָלט געגרייסט מיט דעם אַַז זיי האַָבן געפֿונען ייִדן, אַפֿילו דאַָרט, וווּ די דײַטשן האַָבן זיי נישט געקאַָנט געפֿינען.

דער דעמאַָלטיקע פּוילישער פּרעמיער, יוזעף צעראַַנקעוויטש, האַָט איר דעמאַָלט נישט געהאַָלפֿן אַָבער געשיקט אַ בוקעט בלומען. ער האַָט זיך אויף אַַזאַַ אופֿן אַַנטשולדיקט פֿאַַרן מיאוסן טאַַט. איר ענטפֿער איז געווען עפֿנטלעך, פּראַָסט און שאַַרף: „פּאַן צעראַַנקעוויטש — האַָט זי דעמאַָלט געזאַָגט — קען מיך קושן אין תחת.‟

גנבֿ פֿון אוישוויצער שטעכל־דראָט אַרעסטירט

אַן איטאַַליאַנישער טוריסט איז אַַרעסטירט געוואַָרן אויפֿן פֿליפֿעלד אין קראַָקע. ער האַָט געהאַַט מיט זיך שטעכל־דראַָט מיט אַ לענג פֿון אַ 40 צענטימעטער. די פּוילישע גרענעץ-פּאַָליציי האַָט פֿאַַרהערט דעם טוריסט וואַָס איז מודה געווען, אַז ער האַָט געגנבֿעט דעם דראַָט פֿונעם „אוישוויץ־מוזיי‟.

דער איטאַַליענישער טוריסט וועט איצט שטיין פֿאַַר אַ געריכט אין קראַָקע. די שטראַָף פֿאַַר גנבֿענען אַרכעאַָלאַָגישע אַָביעקטן אין פּוילן איז אַַ האַַרבע. דער טוריסט קען באַַקומען פֿון דרײַ חדשים ביז פֿינעף יאַָר צײַט אין תּפֿיסה. אין יאַָר 2009 האַָבן פּוילישע באַַנדיטן באַַגנבֿעט אַַ טייל פֿונעם אוישוויץ־טויער מיט דער טרויעריק־באַַרימטער שריפֿט — Arbeit macht frei.

מיט צוויי יאַָר צוריק האַָט אַ פּאַָרפֿאַָלק פֿון ישׂראל געגנבֿעט עטלעכע אַָביעקטן פֿונעם מוזיי. אויך דעמאַָלט האַָט די גרענעץ־פּאַָליציי געכאַפּט די גנבֿים אויפֿן פֿליפֿעלד.

אַ שׂרפֿה אין האָטעל

מיטוואַָך דעם צווייטן אַַפּריל, האַָט אַ גרופּע פֿון 80 תּלמידים פֿון ישׂראל דערלעבט אַ שווערע נאַַכט אין אַ לובלינער האַָטעל. די ישׂראלדיקע גימנאַַזיסטן זענען געווען אויף אַ רײַזע צו די דײַטשישע טויט-לאַַגערן אין פּוילן. אַ פֿײַער האַָט אויסגעבראַָכן אין זייער האַָטעל. דער בנין איז מיט אַַמאַָל געוואַָרן אײַנגעהילט אין רויך. די תּלמידים האַָבן צעבראַָכן די פֿענצטער אין האַָטעל, כּדי זיי זאַָלן קענען אַָטעמען.

די שׂריפֿה האַָט אויסגעבראַָכן בערך צוויי אַַ זייגער אין דער פֿרי, מסתּמא צוליב אַ קורצשלוס אין די עלעקטרישע דראַָטן.

די פּוילישע דאַָקטוירים אינעם אָרטיקן שפּיטאַָל האַָבן אונטערזוכט די ישׂראלדיקע יוגנטלעכע. צום גליק זענען זיי נישט געשעדיקט געוואַָרן פֿונעם רויך.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

Source: http://yiddish.forward.com/articles/177752/news-from-warsaw/#ixzz2zkn3FkYK

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: