Yiddish theater lexicon available online

Por:
- - Visto 241 veces

די וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָבן איצט אַ נײַעם מכשיר, וואָס זיי קענען נוצן אויסצופֿאָרשן די טעמע.

דער „דיגיטאַלישער ייִדישער טעאַטער־פּראָיעקט‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז ער האָט, בשותּפֿות מיטן „ייִוואָ‟, דיגיטאַליזירט דעם ביז־אַהער ניט פּובליקירטן זיבעטן באַנד פֿון זלמן זילבערצווײַגס „לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער‟, וואָס מע האָט לכתּחילה אַרויסגעגעבן פֿון 1931 ביז 1969.

די ערשטע זעקס בענד פֿונעם „לעקסיקאָן‟, באמת אַ ריזיקע ענציקלאָפּעדיע וואָס גיט איבער די ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿון טויזנטער אַקטיאָרן, פּראָדוצענטן, רעזשיסאָרן און אימפּרעסאַריאָס, ווי אויך די געשיכטע פֿון ייִדישע טעאַטערס, טעאַטער־טרופּעס און קינסטלערישע פֿאַראיינען, האָט מען אַרויסגעגעבן בעת זײַן צונויפֿשטעלער זלמן זילבערצווײַג האָט נאָך געלעבט. כאָטש זילבערצווײַג האָט פֿאַרענדיקט דעם זיבעטן באַנד פֿון זײַן לעקסיקאָן, האָט מען אים קיינמאָל ניט אָפּגעדרוקט און די קאָרעקטור־זײַטן זענען פֿאַרבליבן אינעם „ייִוואָ־אינסטיטוט‟.


דער נײַער דיגיטאַלישער נוסח פֿונעם זיבעטן באַנד שטעלט פֿאָר ניט בלויז פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די זײַטן, נאָר אויך אַ זוכמיטל, דורך וועלכן מע קען אַרײַנשטעלן אַ נאָמען פֿון אַן אָקטיאָר צי טעאַטער און באַקומען אויטאָמאַטיש דאָס בילד פֿונעם שײַכותדיקן זײַטל. די פֿריִערדיקע זעקס בענד קען מען לייענען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אָבער מע קען זיי, פֿאַרשטייט זיך, ניט דורכזוכן.

די דיגיטאַליזאַציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט דער שטיצע פֿונעם „וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט‟, וווּ עס לערנט ד׳׳ר יואל בערקאָוויץ, דער מיטגרינדער פֿונעם „דיגיטאַלישן ייִדישן טעאַטער־פּראָיעקט‟. דער פּראָיעקט, וואָס ער האָט געגרינדעט אין 2012 צוזאַמען מיט ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַן („ברוך־קאַלעדזש‟), ברענגט צונויף פֿאָרשער פֿון אַ ריי אַקאַדעמישע געביטן כּדי זיך צו טיילן מיט רעסורסן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און זיי פֿאַרעפֿנטלעכן פֿאַרן ברייטן עולם.

צווישן זײַנע פֿריִערדיקע דערגרייכונגען האָט דער פּראָיעקט אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּיוטער־מכּשיר, דורך וועלכן מע קען זיך דערוויסן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות אַ באַקאַנטער האָליוווּדער אַקטיאָר האָט צו דער ווילנער טרופּע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/206393/yiddish-theater-lexicon-available-online/#ixzz4vhxqlMet

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: