¿Eres el próximo Sholem Aleikhem o Avrom Sutzkever? Concursa, quizás ganes (en Yiddish)

Por:
- - Visto 725 veces

יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש באַנײַט זײַן ייִדיש־שפּראַכיקן ליטעראַרישן זשורנאַל פֿון פּאָעזיע, דערצײלונגען, עדיטאָריאַלן און אַרטיקלען. דערצו זוכן מיר נײַע יונגע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן װאָס נײטיקן זיך אין אַ מאָדערנער ליטעראַרישער פּלאַטפֿאָרמע װאָס זאָל זײַן צוגעפּאַסט צו זײער אײגנאַרטיקן אױסדרוק־אופֿן.

דער יוגנטרוף־זשורנאַל, װאָס װערט רעדאַקטירט פֿון דזשאָרדן קוציק און לײזער בורקאָ, װעט מאַכן זײַן דעביוט אין אױגוסט 2012, און אַלע יוגנטרוף־מיטגלידער און אַבאָנענטן װעלן קענען סײַ באַקומען דעם פֿול־קאָליריקן געדרוקטן זשורנאַל סײַ אַראָפּלאָדירן די אָנלײַן װערזיע.


בכן פֿאַרבעטן מיר אײַך שרײַבער אונטער 35 יאָר איר זאָלט אַרײַנשיקן אײַערע אָריגינעלע נאָך־נישט־געדרוקטע ייִדישע פּאָעזיע אָדער בעלעטריסטיק צו אונדזער ליטעראַרישן קאָנקורס, בכדי צו געװינען געלט אָדער זוכה צו זײַן מיר זאָלן אָפּדרוקן אײַער װערק אינעם נײַעם יוגנטרוף־זשורנאַל!

  • שאַצן די אַרײַנגעשיקטע מאַטעריאַלן װעלן פּראָפֿעסאָרן דובֿ־בער קערלער (אינדיִאַנער אוניװערסיטעט) און דוד פֿישמאַן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר).
  • די שרײַבער פֿון דער סאַמע בעסטער פּאָעמע און פּראָזע װעלן באַקומען יעדערער צו $500, און מע װעט אָפּדרוקן זײער װערק אין 2012דיקן נומער. מיר װעלן בלי־נדר אָפּדרוקן אַנדערע װערדיקע װערק אַז דאָס אָרט װעט קלעקן.
  • דער טערמין אַרײַנצושיקן צום קאָנקורס איז מאָנטיק, דער 11טער יוני, 2012.
  • מיר בעטן איר זאָלט אַרײַנשיקן אײַער װערק אין ייִדישע אותיות (נישט אין טראַנסליטעראַציע) אינעם אינהאַלט פֿון בליצבריװ (נישט בײַלײגן קײן ״װאָרד״ אָדער ״פּי־די־עף״) אױף [email protected]. שיקט נישט, זײַט אַזױ גוט, דורך דער פּאָסט, װי אױך נישט קײן געדרוקטע מאַטעריאַלן. גיט אױך צו אײַער פֿולע קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע (נאָמען, בליצאַדרעס, טעלעפֿאָן און אַדרעס).
  • אַלע אַרײַנגעשיקטע מאַטעריאַלן מוזן זײַן אָריגינעלע װערק און נישט האָבן געװען אָפּגעדרוקט אין אַנדערע דרוקמיטלען.
  • פּראָזע איז באַגרענעצט ביז 2,500 װערטער; פּאָעזיע ביז 60 שורות.
  • די געװינערס װעלן מיר אַנאָנסירן בײַם לאַנצירן דעם זשורנאַל אין מיטן אױגוסט 2012.

יוגטרוף פֿאַרבעט אױך יונגע קינסטלערס ארײַנשיקן אָריגינעלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, צײכענונגען און קונסטװערק אױף צו דרוקן אינעם זשורנאַל. שיקט אײַער קונסט (שװאַרץ־אױף־װײַס אָדער פֿול־קאָליריק) אינעם פֿאָרמאַט פֿון JPG אָדער TIFF אױף [email protected].

װײַטערדיקע פּרטים קענט איר אונדז בעטן אױף [email protected].

דריקט זיך אױס אױף מאַמע־לשון פֿאַר אַ גלאָבאַלן לײענער־עולם, װעט איר העלפֿן אױפֿהאָדעװען אַ נײַעם דור ייִדישע שרײַבער!

יוגנטרוף ־ יוגנט פֿאַר ייִדיש

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: