Los ganadores de “Der Idisher Idol”

Por:
- - Visto 439 veces

אַן עולם פֿון בערך 250 מענטשן האָט זיך לעצטנס פֿאַרזאַמלט אינעם זאַל פֿון דער  שיל „בית־אל‟, אין מעקסיקע, כּדי צו הערן ווי יונגע ייִדן זינגען ייִדישע לידער,  וואָס זיי האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן צום פֿאַרמעסט, „דער ייִדישער אײַדאָל‟, און  דערבײַ זיך אויך דערוויסן די געווינער פֿונעם קאָנקורס. דער קאָנצערט־זאַל איז  געווען פּראָפֿעסיאָנעל באַלויכטן מיט פֿינקלענדיקע קאָלירטע ליכט, און דערבײַ  געגעבן דאָס געפֿיל פֿון אַ ספּעקטאַקל, נוסח־האָליוווּד.

„דער ייִדישער אײַדאָל‟, אַ קאָנקורס אויפֿן סמך פֿון דער פּאָפּולערער  טעלעוויזיע־פּראָגראַם American Idol, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך אַ גרופּע  ליבהאָבער פֿון ייִדיש, כּדי צו אינספּירירן דעם ייִנגערן דור זיך צו דערנענטערן  צום ייִדישן ליד און וואָרט.

„מײַן הויפּטציל — האָט דערקלערט אַלבערטאָ טשאַקראָ, אַ געוועזענער תּלמיד פֿון  ׳די ייִדישע שול׳ און איינער פֿון די אָרגאַניזירער — איז צו שאַפֿן אַ נײַע  אַשכּנזישע קולטור, און פּטור צו ווערן פֿונעם געדאַנק, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך,  וואָס מע דאַרף ראַטעווען. מע דאַרף נישט כּסדר זינגען ׳טום־באַלאַלײַקאַ׳; עס  זענען דאָ אַ סך אַנדערע אופֿנים ווי זיך אויסצודריקן אויף דער שפּראַך.‟


אַ טייל פֿון די געווינער פֿונעם פֿאַרמעסט זענען אַמאָליקע גראַדואַנטן פֿון די  אָרטיקע טאָגשולן, וווּ מע פֿלעגט לערנען ייִדיש; אַנדערע קענען בכלל נישט קיין  ייִדיש, אָבער האָבן סײַ־ווי געוואָלט זיך באַטייליקן אינעם פֿאַרמעסט.

כּדי צו שאַפֿן די געהעריקע שטימונג אויף דער אונטערנעמונג, האָט מען אָנגעהויבן  די פּראָגראַם מיטן באַקאַנטן ליד, „שאַ, שטיל, מאַכט נישט קיין געוואַלד‟, וואָס  דער עולם האָט אָנגעהויבן מיטזינגען. איינער פֿון די צוויי מאָדעראַטאָרן, אײַזאַק  ריק, האָט אויף ייִדיש באַדאַנקט די אָרגאַניזירער און די פֿינף ריכטער פֿונעם  פֿאַרמעסט: דעם חזן, לייבעלע כיניטש; די לערערין, מאַיאַ אײַזען; די שרײַבערין,  רבֿקה קובינשטיי; דעם אַרטיסטישן פּראָדוצירער, גילערמאָ טרייסטמאַן, און דעם  מוזיקער, אַלעקס שבת.

אַ צווייטער מאָדעראַטאָר האָט דערנאָך באַגריסט דעם עולם אויף שפּאַניש, און  פֿאָרגעשטעלט יעדן אַקט. במשך פֿון דער פּראָגראַם האָבן צען זינגער געזונגען נײַן  פֿון די נײַ־געשאַפֿענע לידער (איין ליד האָט געזונגען אַ דועט.)

דניאל קאַפּוענאָ, אַ 49־יאָריקער טאַטע פֿון דרײַ קינדער, האָט געוווּנען דעם  ערשטן פּריז אין דער קאַטעגאָריע „נײַער טעקסט און מעלאָדיע‟, פֿאַר זײַן ליד  „ייִדישקייט‟, וואָס ווײַזט, ווי אַזוי פֿאַרשידענע מינים ייִדן — אַשכּנזים און  ספֿרדים, פֿרומע און פֿרײַע — זענען פֿאָרט פֿאַראייניקט דורך דעם וואָס אַלע פֿילן  אַ טיפֿע פֿאַרבינדונג מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם. „ייִדישקייט פֿליסט אין די  אָדערן‟ און מע פֿילט עס „אין די קישקעס‟, האָט ער געזונגען.

blnk

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/176890/yiddish-idol-winners-in-mexico/?p=all#ixzz2vCxYTNfz

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: