י נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿאַרבעט די בירגער און אײַנוווינער פֿון מדינת־ישׂראל אָנטײל צו נעמען אין אַ שפּאָגל נײַער אונטערנעמונג: אַ קאָנקורס פֿון קורצע דערצײלונגען אױף ייִדיש.
דער קאָנקורס װערט געמאָלדן פֿאַר מענטשן װעלכע האָבן ביז איצט קײן מאָל נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש.
דרײַ דערציילונגען וועלן אויסגעקליבן ווערן און באַקומען פּריזן דערפֿאַר. די פּרעמירטע אַרטיקלען וועלן אָפּגעדרוקט ווערן אינעם פֿאָרווערטס, וואָס איז אַ מיטשטיצער פֿון דער איניציאַטיוו.
תּנאָים פֿונעם קאָנקורס:
מע קען אַרײַנשיקן אײן דערצײלונג, װאָס באַשטײט פֿון ניט מער ווי 3,000 װערטער, און איז נאָך ניט געדרוקט געוואָרן; נישטאָ קיין באַגרענעצונג פֿון סטיל אָדער זשאַנער. צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן די געװינער פֿונעם קאָנקורס.
Artículos Relacionados: