דעם 15טן יולי מערקן מיר אָפּ דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. מיר וועלן הערן עטלעכע פֿאָרלייענעונגען און זינגלידער, געשאַפֿן אויף זײַנע ווערק.

סוצקעווער איז געבוירן געוואָרן אינעם ווײַסרוסישן שטעטל סמאָרגאָן אין אַ משפּחה פֿון רבנים און גדולי־התּורה. ווען ער איז קוים אַלט געוואָרן אַ יאָר האָט אויסגעבראַכן די ערשטע וועלט־מלחמה און די משפּחה האָט געמוזט אַנטלויפֿן און דערגרייכט אַזש קיין סיביר. אין 1920 איז פֿון אַ האַרץ־פֿעלער געשטאָרבן זײַן טאַטע. שפּעטער וועט דער פּאָעט אָנשרײַבן וועגן דעם טאַטנס טויט אַזוי:

מײַן טאַטן האָט צו דרײַסיק יאָר געפּלאַצט דאָס האַרץ בײַם שפּילן

ר‘ לוי־יצחקס ניגון אויף אַ פֿידעלע פֿאַר נאַכט.

אומקערנדיק זיך אין סמאָרגאָן און דערזען, אַז די שטאָט ליגט אין רויִנען, איז זײַן מוטער ריינע אַריבערגעפֿאָרן מיט די קינדער קיין ווילנע. דעם זון האָט זי אָפּגעגעבן אין חדר און דערנאָך אין דער תּלמוד־תּורה „בית יהודה‟. זײַן וועלטלעכע בילדונג האָט סוצקעווער באַקומען אין דער ייִדיש־פּוילישער גימנאַזיע; אַ סך זיך געלערנט אין דער סטראַשון־ביבליאָטעק, ווי אויך געווען אַ פֿרײַער צוהערער אין אוניווערסיטעט.

לידער האָט סוצקעווער אָנגעהויבן שרײַבן אין 1927, אויף העברעיִש; אָבער אין די 1930ער יאָרן, נאָכן טרעפֿן זיך און פֿאַרחבֿרן זיך מיט מיכאל אַסטור און לייזער וואָלף אין דעם סקיפֿישן לאַגער „בין‟, האָבן זיי שפּעטער געגרינדעט די גרופּע „יונג־ווילנע‟, צו וועלכער עס זײַנען צוגעקומען משה באַסין, פּרץ מיראַנסקי, חיים גראַדע און אַנדערע.

אין 1933 דעביוטירט סוצקעווער מיט דער ליד „אַ מאַקסנבאַל‟ אין דער וואַרשעווער „וואָכנשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור‟ און אויך אין „ווילנער טאָג.‟ זײַן ערשט בוך „לידער‟ איז אַרויס מיט פֿיר יאָר שפּעטער אויך אין וואַרשע און איז זייער גוט אָפּגעשאַצט געוואָרן מצד דער קריטיק. עס זײַנען באַטאָנט געוואָרן די חידושים, וואָס דער יונגער דיכטער האָט אַרײַנגעבראַכט אין זײַנע לידער; אַ נײַע וועלט פֿון אימאַזשן, דיכטערישע לאַנדשאַפֿן, אַ נײַע שפּראַך, נײַע גראַמען.

אין 1941 האָט סוצקעווער געפֿירט אַ ראַדיאָ־שעה אין ווילנע, ווען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין דער שטאָט. זײַן מוטער איז ניט מסוגל געווען, צוליב דעם געזונט־צושטאַנד, צו פֿאַרלאָזן די שטאָט. האָט סוצקעווער, מיט זײַן פֿרוי און אַ גרופּע ייִדישע פּען־מענטשן געמאַכט אַ פּרוּוו זיך דורכצורײַסן צו דער רוסישער גרענעץ, אָבער אים און זײַן פֿרוי גיט זיך עס נישט אײַן און זיי קערן זיך אום קיין ווילנע.

זײַענדיק שוין אין דער ווילנער געטאָ, האָט דער פּאָעט נישט אַרויסגעלאָזט די פּען פֿון האַנט. די פּראָטאָטיפּן פֿון זײַנע ווערק זײַנען די מענטשן אַרום אים, די פֿאַקטן — וואָס ער האָט אַליין געזען, אָבער זײַן קינסטלערישע פּען האָט דערהויבן די דאָזיקע פֿיגורן און פּאַסירונגען ביז אַ סימבאָלישער מדריגה.

אין 1942 הייבט זיך פֿאַר אים אָן אַ נײַע העלדישע תּקופֿה; ער איז איינער צווישן די ייִדישע געלערנטע און שרײַבערס, וועלכע זײַנען געצוווּנגען געוואָרן צו מאַכן אַן אָפּקלײַב פֿון קולטור־אוצרות, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין ווילנע, צום אַרויספֿירן זיי אין דײַטשלאַנד. ריזיקירנדיק מיטן לעבן, האָבן די מענטשן געראַטעוועט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים זעלטענע גײַסטיקע אוצרות סײַ ייִדישע און סײַ אַלוועלטלעכע. ד״ר הערצלס טאָגבוך, טוילסטויס און גאָרקיס בריוו, ביאַליקס בריוו;

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.