די ייִדן אין די „די־פּי‟־לאַגערן האָבן אויפֿגעטאָן אַ סך צו שאַפֿן קולטור און קונסט, ניט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּאָליטישער מצבֿ איז ניט געווען סטאַביל, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס זייער פּערזענלעכן גורל איז נאָך ניט געווען באַשטימט.

איינער פֿון די ערשטע טריט בײַם שאַפֿן קולטור־אָרגאַניזאַציעס און פּאָליטישע געזעלשאַפֿטן אין די „די־פּי‟־לאַגערן איז געווען צו גרינדן אַן אייגענע צײַטונג. ווי עס דערציילט דער לאַנגיאָריקער זשורנאַליסט, רעדאַקטאָר און ייִדיש־לערער אין ישׂראל מרדכי דוניץ, האָט ער געגרינדעט די צײַטונג „אונדזער האָפֿענונג‟ אין אַ „די־פּי‟־לאַגער לעבן בערלין. צוליב דעם וואָס עס איז דאָרטן בכלל ניט געווען קיין ייִדישע שריפֿטן מיט וואָס צו דרוקן אַ ייִדישע צײַטונג, האָט מען געדאַרפֿט דרוקן די צײַטונג מיט לאַטײַנישע אותיות. ווי דונעץ דערקלערט, האָבן די שרײַבער געשריבן זייערע אַרטיקלען מיט דער האַנט מיט ייִדישע אותיות און ער איז דערנאָך געגאַנגען אין אַ דרוקערײַ, וווּ ער האָט געוויזן דײַטשישע דרוקער וועלכער ייִדישער אות האָט קאָרעספּאָנדירט מיט וועלכן לאַטײַנישן אות, זיי זאָלן קאָרעקט אויסשטעלן די צײַטונג.

צווישן זײַנע פֿילצאָליקע זשורנאַליסטישע שטעלעס און געזעלשאַפֿטלעכע ראָלעס, האָט מרדכי דונעץ יאָרן לאַנג געפֿירט אַ רובריק אין אונדזער צײַטונג, אין וועלכן ער האָט באַשריבן די לעצטע קולטורעלע און פּאָליטישע דערשײַנונגען אין ישׂראל. ער האָט אויך אָפֿט באַשריבן דאָס אַמאָליקע לעבן אין זײַן היימשטעטל זשעטל, וווּ עס איז געבוירן געוואָרן דער „חפֿץ חיים‟, ווי אויך זײַנע איבערלעבונגען בשעתן חורבן. אָט, למשל, דערקלערט ער ווי אַזוי ער איז אַנטלאָפֿן פֿון אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער און האָט זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון די ביעלסקי־פּאַרטיזאַנער.

און אָט דערמאָנט ער אין אַ פּאָר פֿון די מענטשן, וואָס האָבן געוווינט אין זײַן היימשטעטל.


די צוויי ווידעאָס אויבן זענען אַ טייל פֿון אַ סעריע, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ שטעלט פֿאָר באַנאַנד מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אין דער סעריע זעט מען אויסצוגן פֿון די אינטערוויוען אויף ייִדיש, וואָס עס האָט געמאַכט „דער פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער.

קריסטאַ וויטני, די אָנפֿירערין פֿון דער פּראָגראַם האָט דערקלערט, אַז „דער פּראָיעקט איז אַ וואַקסנדיקע זאַמלונג פֿון פּרטימדיקע אינטערוויוען מיט מענטשן פֿון פֿאַרשידענע עלטערס און הינטערגרונטן, וועמענס פּערזענלעכע געשיכטעס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ רײַכע און קאָמפּליצירטע כראָניק פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט.‟

Diario Judío México - Read more: http://yiddish.forward.com/articles/201647/how-mordechai-dunetz-founded-a-yiddish-newspaper-i/#ixzz4VIip3otb

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.