You don't need a treadmill or a Pilates class to do exercise - there are so many things you can do in the comfort of your own home or in the park, for example, jumping jacks, squats, jogging or just plain walking.

מע דאַרף ניש‮ט דווקא אַ שפּאַנמאַשין צי אַ ‮פּילאַטעס־קלאַס אויף צו מאַכן געניטונגען. ‮אַזוי פֿיל זאַכן קען מען טאָן אָדער בײַ זיך אין דער אייגענער היים אָדער אין פּאַרק,‮ למשל, מאַכן שפּרינגלקעס, צוזעצן זיך אויף די פּיאַטעס, גיין לויפֿלען‮, אָדער סתּם גיין שפּאַצירן.

[ME DARF NIShT DÁFKE A ShPÁNMAShIN TSI A PILÁTES-KLAS AF TSU MAKhN GENÍTUNGEN. AZÓY FIL ZAKhN KEN MEN TON ÓDER BA ZIKh IN DER ÉYGENER HEYM ODER IN PARK, LEMÓShL, MAKhN ShPRÍNGLKES, TSÚZETSN ZIKh AF DI PYÁTES, GEYN LÓYFLEN, ODER STAM GEYN ShPATSÍRN.]

core muscles - תּוך־מוסקלען
[TÓKh-MÚSKLEN]

do abdominal crunches: מאַכן בויך־געניטונגען
[MAKhN BÓYKh-GENÍTUNGEN]

do jumping jacks: מאַכן שפּרינגלקעס
[MAKhN ShPRÍNGLKES]

do pull-ups: מאַכן אַרוי֜פֿצי־געניטונגען
[MAKhN ARÚFTSI-GENÍTUNGEN]

do push-ups: אַרױפֿשפּאַרן זיך מיט די הענט; מאַכן אַרױפֿשפּאַר־געניטונגען
[ARÚFShPARN ZIKh MIT DI HENT; MAKhN ARÚFShPAR-GENÍTUNGEN]

do situps: מאַכן אויפֿזעץ־געניטונגען
[MAKhN ÚFZETS-GENÍTUNGEN]

do squats: צוזעצן זיך אויף די פּיאַטעס <קאָרטעטשקעס>׳
[TSÚZETSN ZIKh AF DI PYÁTES <KÓRTETShKES>]

do stretching exercises: מאַכן אויסצי־געניטונגען
[MAKhN ÓYSTSI-GENÍTUNGEN]

do the plank: <מאַכן אַ פּלאַנקע <ברעט
[MAKhN A PLÁNKE ]

exercise (n.): די געניטונג, ־ען
[DI GENÍTUNG, -EN]

exercise (v.): מאַכן געניטונגען; געניטן זיך
[MAKhN GENÍTUNGEN; GENÍTN ZIKh]

exercise regimen: דער געניטונג־רעזשים, ־ען
[DER GENÍTUNG-REZhÍM, -EN]

extend one’s leg: אויסשטרעקן דעם פֿוס
[ÓYSShTREKN DEM FUS]

flex one’s feet: אײַנבייגן די פֿיס
[ÁYNBEYGN DI FIS]

flex one’s muscles: אָנשפּאַנען <אָנציִען> די מוסקלען
[ÓNShPANEN <ÓNTSIEN> DI MÚSKLEN]

get into shape: אױסגימנאַסטיקירן זיך; אַרײַנקומען אין גוטער פֿאָרעם
[ÓYSGIMNASTIKÍRN ZIKh; ARÁYNKUMEN IN GÚTER FÓREM]

go for a jog: כאַפּן <טאָן> אַ לױפֿל; גײן לױ֜פֿלען
[KhAPN A LOYFL; GEYN LÓYFLEN]

lift weights: הייבן געוויכטן
[HEYBN GEVÍKhTN]

Pilates: פּילאַטעס־געניטונגען
[PILÁTES-GENÍTUNGEN]

treadmill: די שפּאַנמאַשין, ־ען
[DI ShPÁNMAShIN, -EN]

elliptical trainer: דער עליפּטישער טרענירער, ־ס
[DER ELÍPTIShER TRENÍRER, -S]

yoga: די יאָגע
[DI YÓGE]