די וואָך איז געוואָרן 75 יאָר זינט די סאָוועטן האָבן באַפֿרײַט אוישוויץ. כּדי צו באַערן די קרבנות פֿונעם חורבן און די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום, האָבן אַ צאָל פּרעזידענטן, פּרעמיערן און דיפּלאָמאַטן פֿון צענדליקער לענדער זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ צערעמאָניע בײַם „יד־ושם‟ אין ירושלים. דערצו וועלן 200 ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט אוישוויץ און אַנדערע לאַגערן דעם 27סטן יאַנואַר זיך באַטייליקן אין אַ צערעמאָניע אינעם אוישוויצער מוזיי, פֿאַרן טרויעריק־באַרימטן טויער מיטן אויפֿשריפֿט „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟.

איינער פֿון די ייִדן וואָס פֿאָרט אויף דער צערעמאָניע, דוד לענגאַ, האָט די וואָך גערעדט אויף דער באָסטאָנער ייִדישער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟ וועגן זײַן לעבן און פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין אוישוויץ בכלל. אַ צווייטע לעבן־געבליבענע פֿון אוישוויץ מאַרטעלע פֿרידמאַן, האָט אויף דעם ספּעציעלן קאַפּיטל פֿון „דעם ייִדישן קול‟ געזונגען אַ ריי לידער וואָס זי האָט זיך געלערנט ווי אַ קינד אין גרױס־קיניאַט. צוזאַמען מיט די צוויי אינטערוויוען האָט מען אויך טראַנסמיטירט אַן אינטערוויו מיט ישׂראל אַרבײַטער, וואָס האָט אין 2005 גערעדט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם וועגן זײַנע איבערלעבונגען אינעם טרויעריק־באַרימטן לאַגער און זײַנע זכרונות פֿון דער באַפֿרײַונג.

כּדי זיך צוצוהערן צו דער פּראָגראַם, קוועטשט דאָ.

FuenteYiddish Forward
Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


Artículo anteriorProyectará el Centro Cultural Tijuana el Festival Internacional de Cine Judío
Artículo siguienteCIDICSEF recuerda al Profesor Haim Vidal Sephiha