Atentado en Nueva Jersey: Familias jasídicas tendrán la esperanza de una vida mejor. Videos de los funerales de las víctimas

Por:
- - Visto 298 veces

אָכן שוידערלעכן אַטאַק אין דזשערזי־סיטי דינסטיק איז נעכטן בײַנאַכט פֿאָרגעקומען צוויי האַרץ־רײַסנדיקע לוויות פֿון די ייִדישע קרבנות, משה הערש דויטש ז׳׳ל און לאה מינדל פֿערענץ ז׳׳ל.

טויזנטער מענטשן זענען אַרויסגעקומען אויסדריקן זייער צער אין וויליאַמסבורג, וווּ מע האָט געהאַלטן הספּדים פֿאַר משה הערש דויטש ז׳׳ל און באַגלייט דעם אורן דורך די גאַסן.


אין דזשערזי־סיטי איז דער גאַנצער חסידישער ציבור אַרויסגעקומען באַוויינען דעם מאָרד פֿון לאה מינדל פֿערענץ הי׳׳ד, אַן אייגנטימערין פֿון דער אָרטיקער כּשרער שפּײַזקראָם, וואָס דינט ווי דער סאַמע־צענטער פֿונעם אָרטיקן ייִדישן לעבן. איר אַלמן, משה פֿערענץ, האָט זיך צעוויינט אין מיטן פֿון זײַן הספּד ווען ער האָט דערמאָנט, ווי זײַן טעכטערל דבֿורהלע האָט בײַ אים לעצטנס געפֿרעגט, „וווּ איז מאַמי, ווען קענען מיר זען מאַמי?‟

„דו האָסט אַ שמייכל געגעבן פֿאַר יעדן‟, האָט ער ווײַטער געזאָגט, נאָכן דערקלערן, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין דזשערזי־סיטי, כּדי צו בויען אַ בעסער לעבן פֿאַר זייערע קינדער. „מײַנע טײַערע קינדער, מײַנע אוצרות. ביז אַהער האָט דער רבונו־של־עולם געזאָגט, אַז מאַמע זאָל העלפֿן, מאַמע זאָל אַלעס טון. אָבער איצט האָט דער רבונו־של־עולם געזאָגט ׳ניין, קינדערלעך, טאַטע גייט פֿון אײַך קעיר נעמען (אַכטונג געבן)׳.

https://forward.com/yiddish/436388/videos-funerals-of-jersey-city-victims-moshe-deutsch-and-leah-mindel/

דזשערזי סיטי האָט געגעבן חסידים האָפֿענונג אויף אַ בעסער לעבן

דער ייִדישער ייִשובֿ אין דזשערזי סיטי, ניו־דזשערזי, וווּ ס׳איז דינסטיק פֿאָרגעקומען די מוראדיקע שיסערײַ, איז במשך פֿון yitskhak leifer by the Forwardדי לעצטע פֿינעף יאָר פֿאַררעכנט געוואָרן ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר וואַקסנדיקע חסידישע משפּחות וואָס קענען נישט אויספֿירן דאָס הויכע דירה־געלט פֿון די ברוקלינער וווינונגען.

דאָ האָבן עלטערן, סוף־כּל־סוף, געקענט קויפֿן אַ הויז אַנשטאָט דינגען דירות דאָס גאַנצע לעבן. דאָ האָבן קינדער געקענט שלאָפֿן אין אַן אייגענעם שלאָפֿצימער אַנשטאָט זיך טיילן דעם צימער מיט אַנדערע שוועסטער און ברידער.

די חסידים וואָס האָבן זיך דאָ אַרײַנגעצויגן אַרבעטן בײַ אָרטיקע פֿאַבריקן ווי די פֿון דער כּשרער שפּײַזפֿירמע „קדם‟ אינעם שכנותדיקן שטעטל בעיאָן. אַנדערע קענען יעדן טאָג פֿאָרן צו זייערע שטעלעס אין וויליאַמסבורג מיט אַ חסידישן אויטאָבוס. קליינע קינדער קענען זיך לערנען אין אַן אָרטיקן חדר בעת די עלטערע קינדער פֿאָרן מיטן חסידישן אויטאָבוס קיין ברוקלין.

Leer más: https://forward.com/yiddish/436385/jersey-city-gave-hasidic-families-hope-for-a-better-life/

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: