דרײַ ייִדן און אַ פּאָליציאַנט זענען דינסטיק נאָך מיטאָג דערהרגעט געוואָרן אין אַ שיסערײַ אין אַ כּשרער שפּײַזקראָם גלײַך לעבן דעם שטיבל „קהל עדת גרינוויל בית זאבֿ דובֿ‟ אינעם חסידישן ייִשובֿ אין דזשערזי סיטי. די צוויי פֿאַרדעכטיקטע שיסער זענען אויך אומגעקומען.
לויט די ערשטע נײַעס־באַריכטן איז דאָס שיסערײַ אויסגעבראָכן נאָך אַ צוזאַמענשטויס צווישן עטלעכע פֿאַרדעקטע (אָנדערקאָווער) פּאָליציאַנטן און די צוויי פֿאַרדעכטיקטע. שפּעטער האָט מען איבערגעגעבן, אַז ס׳איז נאָך ניט קלאָר פֿאַר וואָס מע האָט אָנגעהויבן שיסן. אַזוי צי אַזוי, זענען די שיסער אַרײַנגעלאָפֿן אין דער כּשרער שפּײַזקראָם, „דזשיי־סי כּשר סופּערמאַרקעט‟.
Artículos Relacionados: