Ana Gourari, pianista judía de Kashastan se presentará en el Carnegie Hall

Por:
- - Visto 279 veces

לויט דער מוטערס ווערטער, איז אַנאַ גוראַרי געבוירן געוואָרן אונטער די  קלאַנגען פֿון שאָפּענס ערשטן עטיוד, וואָס האָט זיך געהערט אינעם קאָרידאָר פֿון  דעם קימפּעט־הויז אין דער שטאָט קאַזאַן. מעגלעך, אַז דער פֿאַקט האָט צוגעשפּילט  דעם גורל פֿון דעם ערשט־געבוירענעם קינד. צוריק גערעדט, לייגט זיך עס אויפֿן שׂכל,  ווײַל די עלטערן פֿון אַנאַ זײַנען ביידע מוזיקער, און האָבן דעמאָלט געאַרבעט אין  דער שטאָטישער קאָנסערוואַטאָריע; זייערע פֿרײַנד זײַנען אויך געווען מוזיקער, און  אין דער שטוב האָט שטענדיק געקלונגען מוזיק.

ווען אַנאַ גוראַריס נאָמען האָט שוין געשמט אין דער וועלט, האָט זי זיך מודה  געווען, אַז אין די קינדער־יאָרן האָט זי געמיינט, אַז אַלע מענטשן זײַנען מוזיקער,  און אַלע שפּילן זיי פּיאַנע.

דער מוזיקאַלישער טאַלאַנט האָט זיך אַנטפּלעקט בײַ אַנאַ זייער פֿרי:  בײַ צוויי יאָר האָט זי שוין געזונגען אַ 200 לידעלעך, געקענט אונטערשיידן  באַכס מוזיק פֿון מאָצאַרטס, שאָפּענס פֿון בעטהאָווענס; בײַ פֿינף יאָר האָט זי  אָנגעהויבן זיך סיסטעמאַטיש לערנען שפּילן, בײַם אָנהייב אין דער מוזיק־שול פֿאַר  באַזונדערס־טאַלאַנטירטע קינדער, דערנאָך אין דער קאָנסערוואַטאָריע, און צום סוף,  אין דער אַספּיראַנטור.


אין דער זעלבער צײַט איז אַנאַ גוראַרי אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן, זיך  באַטייליקט אין פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע פֿאַרמעסטן; און נאָכן געווינען דעם  קאָנקורס אויף קאַבאַלעווסקיס נאָמען האָט די פּרעסע געלויבט זי ביזן הימל אַרײַן.  די יונגע מוזיקערין האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן  אין מאָסקווע. עס האָט אויסגעזען, אַז איר קאַריערע איז פֿאַרזיכערט…

דער גורל האָט אָבער געפֿירט זײַנע אייגענע חשבונות. נאָכן געווינען דעם  הויפּט־פּריז אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן שאָפּען־קאָנקורס אין דער שטאָט געטינגען  (Göttingen), דײַנטשלאַנד, האָט די זיבעצן־יאָריקע אַנאַ, צוזאַמען מיט אירע  עלטערן, באַשלאָסן זיך נישט אומצוקערן צוריק קיין רוסלאַנד. זיי האָבן איבערגעלאָזט  אין קאַזאַן זייער גאַנצן האָב־און־גוטס, און זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ צימער פֿאַר  פּליטים, וווּ דרײַ מוזיקער האָבן רעפּעטירט אויף אַ „שטומער‟  פּיאַנע־קלאַוויאַטור, ווײַל צו קויפֿן אַן אינסטרומענט איז נישט געווען קיין  געלט.

זיי האָבן זיך באַזעצט אין מינכן, וווּ אַנאַ האָט ממשיך געווען אירע לימודים  בײַם באַוווּסטן דײַטשישן פּיאַניסט, פּראָפֿעסאָר לודוויג האָפֿמאַן. צוליב דעם  האָט זי געמוזט זיך שלעפּן דורך דער גאַנצער שטאָט צופֿוס, ווײַל קיין געלט פֿאַר  טראַנספּאָרט איז נישט געווען. זי טרעט אויף מיט סאָלאָ־קאָנצערטן און באַטייליקט  זיך אין דעם פּרעסטיזשפֿולן מינכן־פֿעסטיוואַל „קלאַוויר־זומער‟. וועגן איר  טאַלאַנט שרײַבט די פּרעסע, וואָס מערקט אָפּ די „אויסשליסלעכע רײַפֿקייט פֿון דער  יונגער פּיאַניסטקע‟.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/177846/from-kazan-to-new-york/#ixzz2zGe4yG36

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: