אױספֿירדיק די װוּנטשן פֿון שלום־עליכמס עטישער צװאה, ‏האָט דעם שרײַבערס משפּחה זינט 1916 דורכגעפֿירט יעדעס יאָר אין ניו־יאָרק אַ פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד זײַן אָנדענק. ‏הײַיאָר איז עס פֿאָרגעקומען דעם 18טן מײַ אינעם בנין פֿון דער‏ „ברודערשאַפֿט־סינאַגאָגע‟ ‏אין מאַנהעטן — דאָס זעלבע אָרט פֿון זײַנע יאָרצײַטן אין משך פֿון ‏אַן ערך צװאַנציק יאָר.

‏די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך אָנגעהױבן מיט דער אַרײַנפֿיר־רעדע פֿונעם שרײַבערס אור־אײניקל, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעװעזענע קרובֿים פֿון שלום־עליכם, זײערע פֿרײַנד און ספּעציעלע געסט, און צװישן זײ, די פּראָמינענטע איבערזעצערין פֿון זײַנע װערק, אַליזאַ שעװרין. ער האָט אױך איבערגעגעבן, אַז עס זײַנען דאָ אין זאַל די פֿאָרשטײער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, װאָס געפֿינט זיך אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. דערנאָך האָט שײן בײקער, דער באַקאַנטער ניו־יאָרקער שױשפּילער, אין איינעם מיט שלום־עליכמס אײניקל, ד”ר שערװין קאַופֿמאַן (אין זעקס װאָכן אַרום װערן אים 94, ביז 120!), פֿאָרגעלײענט אַ פֿראַגמענט פֿונעם שלום־עליכמס צװאה אױף ייִדיש און ענגליש.

ווען צום מיקראָפֿאָן איז פֿאַרבעטן געװאָרן שלום־עליכמס אײניקל, בעל קאַופֿמאַן, װעלכע האָט דעם 10טן מײַ אָפּגעמערקט איר 103טן געבױרן־טאָג, האָט דער גאַנצער עולם זי באַגריסט מיט דױערנדיקע אָװאַציעס. בעל‏‏ האָט פֿאָרגעלײענט איר אײגענע איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער עפּיטאַפֿיע אױף דער מצבֿה פֿון איר זײדן, צוזאַמענגעשטעלט אַמאָל פֿון אים גופֿא.

Diario Judío México - Read more: http://yiddish.forward.com/articles/178682/sholem-aleichems-th-yortsayt/#ixzz32NtybJTi

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

Artículo anteriorEnrique Krauze, destacado historiador, ensayista y editor
Artículo siguienteLe groupuscule néonazi « Blood and Honour C18 » démantelé dans le Doubs
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.