Celebran los 100 años del Folksbine con un concierto de Theodore Bikel

Por:
- - Visto 865 veces

מאָנטיק, דעם 2טן דעצעמבער, איז פֿאָרגעקומען אַ ריזיקער חנוכּה־ספּעקטאַקל  אונטערן נאָמען „נס פֿון נסים‟, לכּבֿוד דעם אַקטיאָר, זינגער, דראַמאַטורג און  געזעלשאַפֿטלעכן טוער, טעאָדאָר ביקעל. די פּראָגראַם, אין דער אויספֿירונג פֿון  משה ראָזענפֿעלד און אונטער דער מוזיקאַלישער רעזשי פֿון זלמן מלאָטעק, איז  דורכגעפֿירט געוואָרן אין „סימפֿאָני ספּייס‟ ווי אַ געלטזאַמלונג לטובֿת דער  „פֿאָלקסבינע.‟ דער אָוונט האָט ספּעציעל אַרויסגעבראַכט צוויי יובֿלען, וואָס  קומען אין גיכן: דער 90סטער געבורטסטאָג פֿונעם אורח־הכּבֿוד טעאָדאָר ביקעל, און  דער 100סטער יאָרגאַנג זינט דער גרינדונג פֿונעם טעאַטער. אַרום 700 מענטשן האָבן  אָנגעפֿילט דעם ריזיקן טעאַטער־זאַל אויפֿן נאָמען פֿון פּעטער דזשיי שאַרפּ.

די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אַרײַנפֿיר־רעדע פֿון דזשאָען באָרץ,  אין וועלכער זי האָט באַטאָנט דעם אַקטיוויזם פֿונעם אורח־הכּבֿוד און געלויבט זײַן  כּמעט פֿופֿציק־יאָריקע קאַריערע ווי טבֿיה דער מילכיקער. באָרץ האָט איבערגעגעבן  דעם ענטוזיאַסטישן עולם, אַז ביקעל בלײַבט ביז הײַנט אַן אַקטיוויסט לטובֿת דעם  ייִדישן פֿאָלק. זי האָט באַמערקט, אַז ער האָט ערשט אין נאָוועמבער געגעבן אַ  קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער, בײַם עסטרײַכישן פּאַרלאַמענט, כּדי אָפּצומערקן 75  יאָר זינט דער „קרישטאָלנאַכט‟. באָרץ האָט דערמאָנט אַז ביקעל, וואָס איז  אַנטלאָפֿן מיט דער משפּחה פֿון ווין קיין פּאַלעסטינע אין 1938 צו 14 יאָר, האָט  געזונגען דעם פּאַרטיזאַנער־הימען „זאָג ניט קיין מאָל‟ פֿאַרן עסטרײַכישן  פּאַרלאַמענט. „ער האָט בײַם פּאַרלאַמענט ניט בלויז געגעבן אַ קאָנצערט, נאָר אויך  אונדז געדינט ווי אַ פֿאָרשטייער און אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟, האָט  באָרץ איבערגעגעבן דעם עולם.

צווישן די צענדליקער חנוכּה־לידער, וואָס מע האָט געזונגען אין דעם מוזיקאַלישן  טייל פֿונעם אָוונט, זענען דעם עולם ספּעציעל געפֿעלן געוואָרן דאָס באַוווּסטע  חנוכּה־ליד פֿון פּעטער, פּאָול און מערי „צינדט אָן איין ליכט‟, געזונגען פֿון  אַבֿי פֿוקס־ראָזען, דזשאָען באָרץ און רחל יוכט; „ווי אַזוי טרינקט דער קייסער  טיי‟, געזונגען דורכן אָפּערע־זינגער עלמאָר דזשיימס אויפֿן סמך פֿון פּאָול  ראָבסאָנס נוסח, און צוויי איראָנישע איבערזעצונגען אויף ייִדיש פֿון די  פּאָפּולערע אַמעריקאַנער ניטל־לידער, „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „סאַנטאַ קלאַוס  קומט אין שטאָט‟, געזונגען דורך דזשאָען באָרץ און רחל יוכט.


כּדאַי צו באַמערקן, אַז מע האָט ניט בלויז געזונגען ייִדיש און  ענגליש־שפּראַכיקע  חנוכּה־לידער, נאָר אויך אַ פּאָר לידער פֿון אַנדערע ייִדישע  מוזיקאַלישע טראַדיציעס. דער באַקאַנטער גריכיש־ישׂראלדיקער בוזוקי־שפּילער אַבֿרהם  פּענגאַס, למשל, האָט געזונגען חנוכּה־לידער אויף דזשודעזמאָ, גריכיש און העברעיִש.  צום ערשט האָט ער זיך אַליין באַגלייט אויף אַ גיטאַר און דערנאָך האָט ער געשפּילט  דעם בוזוקי, אַ מין לוטניע. פּענגאַס איז איינער פֿון די בעסטע בוזוקי־שפּילער אויף  דער וועלט און האָט דעם עולם פֿאַרכּישופֿט מיט זײַן ווירטואָזן שפּילן.

נאָך דעם מוזיקאַלישן טייל האָט גערעדט דער לעגענדאַרער ייִדישער אַקטיאָר און קאָמעדיאַנט פֿײַוויש פֿינקל וועגן זײַנע איבערלעבענישן – סײַ פּראָפֿעציאָנעלע, סײַ פּערזענלעכע – מיט טעאָדאָר ביקעלן. פֿינקל האָט דערמאָנט, אַז ער האָט יאָרן־לאַנג געשפּילט די ראָלע פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟, אָבער ווען ער און ביקעל האָבן צוזאַמענגעשפּילט אין דער זעלביקער פֿאָרשטעלונג, האָט ביקעל שטענדיק געשפּילט טבֿיה, ווײַל „ער איז דער עכטער איקאָנישער טבֿיה, און איך בין זײַן שוחט.‟ דערנאָך איז דער אורח־הכּבֿוד אַליין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע מיט אַ סצענע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, צוזאַמען מיט פֿײַוויש פֿינקלען. דער עולם האָט כּמעט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער ווען די צוויי האָבן פֿאָרגעשטעלט די סצענע, אין וועלכער לייזער וואָלף דערקלערט טבֿיהן, אַז ער וויל חתונה האָבן מיט זײַן טאָכטער. נאָך דער סצענע האָבן פֿינקל און ביקעל צוזאַמענגעזונגען דאָס באַקאַנטע ליד פֿונעם זעלביקן מוזיקל, „לחיים.‟

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174622/in-praise-of-theodore-bikel/#ixzz2nsCdLiuZ

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: