די דײַשטישע עפֿנטלעכע טעלעוויזיע־נעץ 3SAT האָט לעצטנס טראַנסמיטירט אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן דעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟. אינעם רעפּאָרטאַזש, פֿון איבער 30 מינוט, דערקלערט דער אָנפֿירער פֿון דער פּראָגראַם, מאַרקוס קאַווקאַ, וועגן דער געשיכטע פֿונעם פֿעסטיוואַל און זײַנע הויפּט־אַקטיוויטעטן.

די פּראָגראַם ווײַזט אַ סך אויסצוגן פֿון טאַנץ־ און געזאַנג־וואַרשטאַטן, ווי אויך אינטערוויוען מיט פֿאַרשידענע אָנטיילנעמער. אַלען בערן, דער קינסטלערישער דירעקטאָר און הויפּט־גרינדער פֿונעם פֿעסטיוואַל, דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט מאַרקוס קאַווקאַן אַז דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן צוליב דעם, וואָס די שטאָט ווײַמאַר האָט אים פֿאַרבעטן אָנצופֿירן מיט אַ סעריע וואַרשטאַטן אויף אַ וואָך אין 1999. אַ דאַנק דער גרויסער הצלחה פֿון די וואַרשטאַטן איז „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ געוואַקסן מיט יעדן יאָר ביז עס איז, סוף־כּל־סוף, פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איינעם פֿון די גרעסטע פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדישער מוזיק און קולטור אויף דער וועלט.

Diario Judío México -

בערן דערקלערט ווײַטער, אַז יעדעס יאָר ווערט דער עולם וואָס מער אינטערנאַציאָנאַל; הײַיאָר האָבן אָנטייל גענומען מענטשן פֿון 26 לענדער. וועגן זײַנע צילן פֿאַר דער צוקונפֿט, דערקלערט בערן אַז ער האָפֿט אַז „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ וועט קענען פּראָדוצירן מער קולטורעלע אונטערנעמונגען מחוץ די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל. הײַיאָר אָרגאַניזירט דער פֿעסטיוואַל, למשל, אַן אייגענע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ.

די פּראָגראַם גיט אויך אַ פּרטימדיקן בליק אויף אַ נײַער פּיעסע, וואָס עס שאַפֿט דזשעני ראָמיין און מײַקל וועקס אויפֿן סמך פֿונעם „בבֿא־בוך‟, אַ ווערק וואָס וועקס דערקלערט, מיט אַ ביסל איראָניע, „לייגט זיך ניט באמת אויפֿן שׂכל‟.

די גאַנצע פּראַגראַם קען מען זען דאָ: http://www.3sat.de/page/?source=/ard/sendung/188039/index.htm

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

Artículo anteriorNueva muestra en Yad Vashem: Deportistas que salvaron judíos durante el Holocausto
Artículo siguienteJulio Frenk, el presidente universitario que le debe su historia familiar a México
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.