Descubren en Chicago manuscrito de una obra inédita de Sholem Aleikhem

Por:
- - Visto 483 veces

פּראָפֿ׳ קאַרען אָנדערהיל איז מיטגעגאַנגען מיט אַ חבֿרטע אין אַן  אַנטיקוואַר־געשעפֿט אין דער הײַד־פּאַרק־געגנט פֿון שיקאַגע, לעבן דעם שיקאַגער  אוניווערסיטעט, פּשוט זי צו באַגלייטן. אָבער בשעת זי איז געשטאַנען און געוואַרט  מע זאָל אַרויסגיין, האָט דער סוחר איר געגעבן אַ פֿרעג — „נו, און איר? אפֿשר איז  דאָ בײַ אונדז עפּעס פֿאַר אײַך? וואָס איז אײַער אינטערעס?‟ האָט זי געענטפֿערט,  מיינענדיק, אַז ער וועט זיך אָפּטשעפּען — „די ייִדישע קולטור פֿון  מיזרח־אייראָפּע‟.

אָבער ער האָט געענטפֿערט, אַז אָקערשט האָט ער באַקומען 5 בײַטלעך ייִדישע  כּתבֿ־ידן, בריוו און ביכלעך. דאָרטן האָט זי געפֿונען די פּאַפּירן פֿון פּרץ  הירשביינס שוועסטער, שׂרה הירשביין פּאַוואַטינער און צווישן די מאַטעריאַלן  שלום־עליכמס אַ האַנט־געשריבענעם כּתבֿ־יד פֿון אַ דראַמע „סטעמפּעני [!]: אָדער  דער יודישער פּאַגאַניני‟, אַ באַאַרבעטונג פֿון זײַן באַקאַנטן ראָמאַן  „סטעמפּעניו‟, וועגן דער ליבע צווישן דעם קלעזמער סטעמפּעניו און רחל. ד״ר  אָנדערהיל איז יענע וואָך געקומען אין ייִוואָ אַ דאַנק דער „יוסף  קרעמען־סטיפּענדיע‟ אויסצופֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם געפֿינס און, קודם־כּל, צו  פֿאַרזיכערן, אַז דאָס איז טאַקע שלום־עליכמס כּתבֿ. דאָס האָט זי, צוזאַמען מיט די  ייִוואָ־אַרכיוויסטן, באַלד באַשטעטיקט.

אויפֿן שער־בלאַט שרײַבט שלום־עליכם, אַז ער האָט די דראַמע פֿאַרענדיקט אין  אויגוסט, 1905 אין קיִעוו. אינעווייניק איז צוגעטשעפּעט אַ קאָנטראַקט מיטן מחבר,  וואָס אַנטפּלעקט אַ ביסל פֿון דער געשיכטע פֿון דער פּיעסע. אָנדערהיל דערציילט,  אַז דער קאָנטראַקט, געשריבן אויף רוסיש, האָבן אונטערגעשריבן שלום־עליכם און די  צוויי טעאַטער־אונטערנעמער סעם אַדלער און יעקבֿ ספּיוואַקאָווסקי אין יוני 1905,  אין וואַרשע. לויטן קאָנטראַקט וועט דער מחבר באַאַרבעטן זײַנע דערציילונגען, און  זיי דראַמאַטיזירן, און די טרופּע וועט זיי אויפֿפֿירן „איבער דער גאַנצער רוסישער  אימפּעריע‟.


לויטן קאָנטראַקט (אונטערגעשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות מיט זײַן אמתן נאָמען —  שלום ראַבינאָוויטש און מיט זײַן פּען־נאָמען שלום־עליכם) מוז דער מחבר בײַזײַן  אויף דער ערשטער און לעצטער רעפּעטיציע, און ער דאַרף האַלטן אַן אויג אויף די  דראַמעס און זײַן צופֿרידן מיט זיי. דערנאָך שרײַבט מען וועגן 18 און 13 — דאָס  הייסט — געלט. ווי אַזוי דער כּתבֿ־יד האָט זיך אָפּגעפֿונען צווישן די פּאַפּירן  פֿון הירשביינס שוועסטער בלײַבט אַ קשיא.

מע דאַרף האַלטן אין זינען, אַז אין די 1880ער יאָרן אין רוסלאַנד איז געוואָרן  פֿאַרווערט צו שפּילן ייִדישן טעאַטער; ערשט נאָך דער רעוואָלוצניע פֿון 1905, ווען  מע האָט דערלאָזט אַ ביסל מער פֿרײַהייט, האָט דער ייִדישער טעאַטער נאָך אַמאָל  אויפֿגעלעבט. אין 1906, האָט שלום־עליכם זיך געטראָפֿן מיטן טעאַטער־אונטערנעמער  פֿישבערג פֿון אַמעריקע, און ער האָט איבערגערעדט שלום־עליכמען, מע זאָל שפּילן די  פּיעסעס אין אַמעריקע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/171766/stempenyu-manuscript-discovered/#ixzz2bK7Y8O6y

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: