El cómico Marcel Gotlib y el filósofo Alain Finkielkraut honrados en París

Por:
- - Visto 244 veces

קינסטלער און שרײַבער מאַרסעל־מרדכי גאָטליב

בילדערשטרײַפֿן („קאָמיקס‟) זענען נישט נאָר אַ זאַך פֿאַר קינדער, באַזונדערש  בײַ די פֿראַנצויזן, וואָס באַציִען זיך גאָר ערנסט צו דער קונסט: אין די  ביבליאָטעקן איז דאָ אַלע מאָל אַ באַזונדערער אָפּטייל פֿאַר בילדערשטרײַפֿן,  וואָס איז זייער פּאָפּולער; צווישן די לייענענדיקע מענטשן, וואָס פֿאָרן אין  מעטראָ, זעט מען כּסדר אַזעלכע, וואָס לייענען אַ בילדערשטרײַפֿן־בוך (כאָטש אין די  לעצטע פּאָר יאָר זעט מען, דער עיקר, אַלץ מער און מער מענטשן, וואָס שפּילן זיך  מיט זייערע מאָבילקעס); און עס זענען דאָ אַפֿילו ספּעציאַליזירטע ביכער־קראָמען,  וואָס פֿאַרקויפֿן נאָר בילדערשטרײַפֿן און האָבן, ווײַזט אויס, גענוג קליענטן,  כּדי צו קענען לעבן פֿון דעם.

דערצו קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין דער שטאָט אַנגולעם אַן אינטערנאַציאָנאַלער  פֿעסטיוואַל פֿון בילדערשטרײַפֿן, וואָס ציט צו מענטשן נישט בלויז פֿון גאַנץ  פֿראַנרקײַך, נאָר אויך פֿון אַרום דער וועלט.

איז אפֿשר נישט קיין חידוש, אַז אויך אין מוזייען קען מען זען אַלץ מער און מער  אויסשטעלונגען אַרום דער טעמע. דער ייִדישער מוזיי ווײַזט איצט אַ גרויסע  אויסשטעלונג, געווידמעט דעם בילדערשטרײַפֿן-צייכענער און שרײַבער מאַרסעל־מרדכי  גאָטליב, וואָס איז מער באַקאַנט פּשוט ווי „גאָטליב‟. ס’איז באַזונדערש שיין, ווען  מען באַערט אַזוי אַ קינסטלער, וואָס לעבט נאָך און קען הנאה האָבן פֿונעם  כּבֿוד.


גאָטליב איז געבוירן געוואָרן אין פּאַריז אין 1934 בײַ ייִדישע עלטערן פֿון  אונגאַרישן אָפּשטאַם. בשעת דער מלחמה איז ער געווען באַהאַלטן אין אַ קינדער־היים,  און אַזוי אַרום געראַטעוועט געוואָרן. דעם טאַטן זײַנעם האָבן אָבער די דײַטשן  געכאַפּט, און ער איז דערהרגעט געוואָרן אין בוכענוואַלד.

כאָטש גאָטליב האָט פֿון תּמיד אָן געצייכנט, און אַפֿילו שטודירט קונסט אין  אָוונט־לעקציעס, האָט ער אין אָנהייב נישט געטראַכט, אַז ס’איז מעגלעך ער זאָל  קענען פֿון דעם פּרנסה האָבן און איז געוואָרן אַ מעדיקאַמענטן־סוחר. נאָר ווען ער  האָט צופֿעליק געזען סקיצן פֿון אַ חבֿרס טאַטן, וואָס האָט געצייכנט פֿאַר  צײַטשריפֿטן, האָט ער באַשלאָסן, אַז פּונקט דאָס וויל ער אויך טאָן.

זײַן סטיל איז געוואָרן אַ הומאָרפֿולער און אַ פּערזענלעכער. ער האָט נישט  געצייכנט סופּער־העלדן ווי אַנדערע דעמאָלט, נאָר אויסגעטראַכט קאָמישע פֿיגורן,  וואָס האָבן געוויזן די אַבסורדע זײַטן פֿון לעבן, און קריטיקירט די געזעלשאַפֿט.  אַ סך מאָל האָט ער זיך אַליין געצייכנט ווי אַ העלד. ביסלעכווײַז איז גאָטליב  געוואָרן גאָר באַקאַנט, און דורך די אויטאָפּאָרטרעטן האָבן אים מענטשן געקענט  לײַכט דערקענען אויף דער גאַס.

פּאַראַלעל צו דער אויסשטעלונג אָרגאַניזירט דער ייִדישער מוזיי אויך אַ סעריע  רעפֿעראַטן און באַגעגענישן אַרום גאָטליבס ווערק, און גיט אַרויס אַ קאַטאַלאָג  פֿון דער אויסשטעלונג.

דער פֿאַרלאַג Dargaud האָט אויך איבערגעדרוקט אַ נײַע פֿאַרגרעסערטע אויסגאַבע  פֿון גאָטליבס אויטאָביאָגראַפֿיע J’existe, je me suis rencontré „איך עקזיסטיר,  כ’האָב זיך טאַקע באַגעגנט‟, וווּ ער דערציילט וועגן זײַנע קינדער־יאָרן.אַלאַן פֿינקעלקראַוּ

אַלאַן פֿינקעלקראַוּט — אַ נײַער מיטגליד פֿון דער פֿראַנצייזישער  אַקאַדעמיע

דער פֿילאָסאָף און שרײַבער אַלאַן פֿינקעלקראַוּט, איז דערוויילט געוואָרן ווי  אַ מיטגליד פֿון דער פֿראַנצייזישער אַקאַדעמיע, וואָס איז איינע פֿון די עלטסטע  און בכּבֿודיקסטע אינסטיטוציעס אין פֿראַנקרײַך.

די פֿראַנצייזישע אַקאַדעמיע איז געגרינדט געוואָרן אין 1635, כּדי צו שאַפֿן  אַן אָפֿיציעלע פֿראַנצייזישע כּלל־שפּראַך. זי גיט אַרויס אַ גרויס ווערטערבוך,  און באַשליסט וואָסערע וואַריאַנטן און סטרוקטורן ווערן אָנגענומען ווי כּללים.  זינט איר אָנהייב זענען דאָ 40 מיטגלידער אין דער אַקאַדעמיע. יעדער מיטגליד ווערט  דערוויילט אויפֿן גאַנצן לעבן, דאָס הייסט, אַז נאָר ווען עמעצער שטאַרבט, וויילן  די אַנדערע מיטגלידער אויס אַ נײַעם „אַקאַדעמיקער‟.

פֿינקעלקראַוּט איז זייער אַ באַקאַנטע פֿיגור אין פֿראַנקרײַך. ער פֿאַרנעמט  זיך, דער עיקר, מיט אַקטועלע טעמעס, און מיט מאָראַלישע פֿראַגעס. אָבער די נײַעס  וועגן זײַן ווערן אַ מיטגליד אין דער אַקאַדעמיע האָבן נישט אַלע אויפֿגענומען מיט  פֿרייד. זײַנע מיינונגען זענען אָפֿט מאָל זייער קאָנטראָווערסיעל; ער פֿאָרמולירט  זיי דערצו אין אַ פּראָוואָקאַטיוון סטיל. זיי דערוועקן גרויסע דעבאַטעס און  שטאַרקע קריטיק; מע באַשולדיקט אים אָפֿט אין ראַסיזם, אָדער אומפּינקטלעכקייט אין  די אינפֿאָרמאַציעס וואָס ער גיט. אפֿשר וועט די אַלטע אינסטיטוציע זיך אַ ביסל  באַנײַען, אַ דאַנק אים, און דערוועקן מער אינטערעס בײַם עולם.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/177850/news-from-paris/#ixzz2zAHFMiTe

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: