El monumento al levantamiento en Varsovia inspira nueva obra de teatro en Tel Aviv

Por:
- - Visto 446 veces

דער געטאָ-דענקמאָל אין וואַרשע האָט אינספּירירט די טעאַטער־פֿאָרשטעלונג,  וואָס האָט אַ גרויסן דערפֿאָלג אין דער וועלט. די פֿאָרשטעלונג הייסט “אבנים”,  אָדער שטיינער. דער טעאַטער הייסט “אורתו-דה” (אָרטאָ-דאַ). ער געפֿינט זיך אין  תּל-אָבֿיבֿ.

דער רעזשיסאָר און אַקטיאָר ינון צפֿריר (אינאָן צאַפֿריר), וואָס איז געווען  שטאַרק באַאײַנדרוקט פֿון נתן ראַפּאָפּאָרטס דענקמאָל, האָט געבראַכט מרדכי  אַנילעוויטשן און די אַנדערע פֿינף געשטאַלטן פֿונעם דענקמאָל צוריק צום לעבן אויף  דער בינע.

מיר זעען, ווי אַנילעוויטש קעמפֿט מיט זײַנע חבֿרים אין וואַרשעווער געטאָ.  לויטן סיפּור־המעשׂה פֿון דער פּיעסע אָבער, איז ער ניצול געוואָרן. ער פֿאָרט קיין  ארץ־ישׂראל און קעמפֿט אין דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה. דורך זײַנע אויגן זעען מיר  די ישׂראל־געשיכטע ביזן הײַנטיקן טאָג.


דער ספּעקטאַקל ווערט געשפּילט דורך זעקס אַקטיאָרן, וואָס זעען אויס ווי די  סקולפּטורן פֿונעם דענקמאָל. ס’איז אַ פּיעסע מיט מוזיק, אָבער אָן ווערטער. די  פֿאָרשטעלונג איז אַ סינטעז פֿון טאַנץ און טעאַטער, פּאַנטאָמימע און  סקולפּטור.

די יונגע אַקטיאָרן האָבן געשפּילט די פּיעסע אין בעלגיע, האָלאַנד,  פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, בראַזיל, קראָאַטיע, כינע, רוסלאַנד, לוקסעמבורג, ענגלאַנד,  פֿראַנקרײַך און אַמעריקע. אין שפּאַניע האָט די פּיעסע געוווּנען דעם CIUDAD  RODRIGO פּריז; אין קראָאַטיע האָט דער טעאַטער באַקומען דעם פּריז פֿאַרן בעסטן  ספּעקטאַקל אינעם PUF — אַ פֿעסטיוואַל, וווּ עס קומען זיך צונויף די בעסטע  ליאַלקע-טעאַטערס פֿון דער וועלט.

דער ספּעקטאַקל הייסט “שטיינער”, ווײַל די שטיינער פֿונעם געטאָ-דענקמאָל האָט  ראַפּאָפּאָרט געבראַכט פֿון שוועדן. די שטיינער האָט מען צוגעגרייט פֿאַר  היטלערס  נצחון־דענקמאָל אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָך היטלערס מפּלה זענען זיי  געבליבן אין שוועדן אָן אַ קונה. די שטיינער, וואָס האָבן געדאַרפֿט גלאָריפֿיצירן  דעם נאַצישן נצחון, האָבן נאָך אַלעמען פֿאַראייביקט די גבֿורה פֿון די ייִדישע  געטאָ-קעמפֿער. ינון צפריר האָט דערפֿאַר באַשלאָסן, אַז “שטיינער” איז אַ  פּאַסיקער טיטל פֿאַר זײַן דראַמאַטישער שאַפֿונג.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/176862/news-from-warsaw/#ixzz2vs7iBIb9

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: