Empiezan campana en París para que la UNESCO reconozca los Purim Shpiln como herencia cultural intangible de la humanidad

Por:
- - Visto 873 veces

אין פֿראַנקרײַך האָבן זיך גרופּירט פֿינף ייִדישע געזעלשאַפֿטן און געפֿורעמט  אַ קאָלעקטיוו, כּדי דורכצופֿירן גאָר אַ וויכטיקן פּראָיעקט: פֿאַרשרײַבן די  פּורים־שפּיל אין „אונעסקאָס“ בכּבֿודיקער רשימה פֿון דער נישט־מאַטעריאַלער  קולטור־ירושה. די רשימה נעמט אַרײַן כּל־המינים ריטואַלן און מינהגים פֿון אומעטום  אַרום דער וועלט אין גאָר פֿאַרשיידענע געביטן: ספּאָרט, מוזיק, רעליגיע,  קענטשאַפֿטן פֿון בעלי־מלאכות, בעל־פּה טראַדיציעס און נאָך אַנדערע זאַכן.

די קאָנווענץ וואָס דעפֿינירט וואָס עס מיינט אַ נישט־מאַטעריאַלע קולטור־ירושה,  עקזיסטירט בסך־הכּל 10 יאָר, דאָס הייסט, זינט 2003. צו זײַן פֿאַרשריבן אויף דער  רשימה קען האָבן אַ גרויסע השפּעה בײַם באַקומען פֿינאַנציעלע הילף, און בכלל אַן  עפֿנטעלכע אונטערשטיצונג, נישט נאָר פֿון „אונעסקאָ‟ נאָר אויך פֿון  מלוכה־אינסטיטוציעס און אפֿשר אויך פֿון פּריוואַטע מעצענאַטן. וועט איר מן־הסתּם  זאָגן, אַז עס וואָלט געווען אַ גלענצענדיקער געדאַנק צו לאָזן פֿאַרשרײַבן ייִדיש  אויף דער רשימה — פֿאַר וואָס זאָל מען זיך באַגרענעצן נאָר אויף איין דערשײַנונג  פֿון דער רײַכער ייִדישער קולטור? קען מען אָבער לויט דער קאָנווענץ נישט  פֿאַרשרײַבן קיין שפּראַך אויף דער רשימה.

האָט דער קאָלעקטיוו פֿון די ייִדישע געזעלשאַפֿטן באַשלאָסן אויסצוקלײַבן די  פּורים־שפּיל עס זאָל רעפּרעזענטירן אויך די ייִדישע שפּראַך און איר קולטור. אויב  מע וועט טאַקע באַווײַזן צו פּועלן בײַ „אונעסקאָ‟, זיי זאָלן צוגעבן די  פּורים־שפּיל צו זייער רשימה, וועט מען שפּעטער דורך דעם אויך מן־הסתּם קענען  באַקומען אונטערשטיצונג פֿאַר ייִדיש בכלל.


דער קאָלעקטיוו באַשטייט פֿון די ווײַטערדיקע געזעלשאַפֿטן:

‏• AACCE, די געזעלשאַפֿט פֿון פֿרײַנד פֿון דער צענטראַלער קינדער־קאָמיסיע.  ס’איז אַ וועלטלעכע פּראָגרעסיווע געזעלשאַפֿט, וואָס פֿאַרנעמט זיך, געוויינטלעך,  מיט דער ירושה פֿון דער קינדער־קאָמיסיע, וואָס האָט געזאָרגט פֿאַר ייִדישע קינדער  נאָך דער מלחמה און במשך פון 40 יאָר נאָך דעם ביז 1988. (www.aacce.org)

• דער „מעדעם־צענטער‟ — אַרבעטער־רינג, וואָס זענען די הײַנטצײַטיקע יורשים פֿון  „בונד‟ אין פֿראַנקרײַך און פֿאַרנעמען זיך נאָך אַלץ אי מיט ייִדישער קולטור, אי  מיט אַנדערע קולטורעלע און פּאָליטישע אַקטיוויטעטן, וואָס זענען סאָציאַליסטיש און  בכלל לינק-געשטימט.

‏(www.centre-medem.org)

• דער „בערנאַרד־לאַזאַר קרײַז‟, וואָס איז אַ ציוניסטישע לינק־געשטימטע  אָרגאַניזאַציע, וואָס באַקעמפֿט ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם.

‏(www.bernardlazare.org)

• דער פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע געזאַלשאַפֿטן אין פֿראַנקרײַך, וואָס נעמט  צונויף די אַקטיוויטעטן פֿון ייִדישע וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס זינט די 20ער יאָרן  פֿון 20סטן י”ה.

‏(www.farband.org)

• און דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער־מעדעם־ביבליאָטעק, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט  פֿאַרשפּרייטן און לערנען ייִדיש.

‏(yiddishweb.com)

ס’איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אַלע פֿינף געזעלשאַפֿטן זענען וועלטלעכע,  און פֿאָרט האָבן זיי אויסגעקליבן דעם מינהג „פּורים־שפּיל‟, וואָס איז אַ טייל  פֿון טראַדיציאָנעלער פֿרומער ייִדישקייט. נאָר זיי האָבן אַוודאי געזען, אַז ווען  ס‘קומט צו ייִדישער קולטור איז נישט אַלע מאָל אַזוי פּשוט צו צעשיידן די וועלטלעכע  און די טראַדיציאָנעלע ספֿערעס; זיי זענען צונויפֿגעפֿלאָכטן און באַרײַכערן זיך  קעגנזײַטיק.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174880/news-from-paris/#ixzz2nsBvSLlC

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: