En Australia recuerdan el 19 de Abril, el levantamiento del Ghetto de Varsovia

Por:
- - Visto 215 veces

מע מוטיקט די יוגנט אָפּצומערקן דעם חורבן־אייראָפּע

מיטגלידער פֿונעם דריטן דור, די אייניקלעך פֿון דער שארית־הפּליטה, גרייטן זיך צו די צוויי גרעסערע חורבן־הזכּרות, וועלכע קומען פֿאָר אין מעלבורן יעדן אַפּריל. אַזוי ווי זיי זײַנען דער לעצטער דור, וואָס דערוואַרט צו האָבן רײַפֿע זכרונות פֿונעם דור, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט די ציוניסטישע פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע צוגעגרייט אַ פּראָגראַם פֿאַר יוגנטלעכע.

די יוגנט דאַרף פֿאַרשרײַבן, פֿאַרוואָס עס איז זיי פּערזענלעך וויכטיק צו דערמאָנען דעם חורבן־אייראָפּע. די פּראָגראַם ווערט מערסטנס דורכגעפֿירט אויף דער אינטערנעץ. לויט די פֿאָרשטייערס פֿון דער פֿעדעראַציע, איז דער ציל פֿון דער פּראָגראַם אָפּצוגעבן כּבֿוד דער שארית־הפּליטה און צו פֿאַרזיכערן, אַז נײַע דורות זאָלן וויסן וואָס זיי האָבן מיטגעמאַכט, כּדי די וועלט זאָל אייביק געדענקען די זעקס מיליאָן.

די קהלישע יום-השואה הזכּרה קומט פֿאָר דעם 28סטן אַפּריל. די טעמע פֿונעם אָוונט וועט זײַן 70 יאָר נאָכן חורבן פֿונעם אונגאַרישן ייִדנטום און די ליקווידאַציע פֿון די לעצטע געטאָס.


מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿונעם צווייטן דור, פֿונעם דריטן דור און פֿונעם פֿערטן דור האָבן אָנטיילגענומען אין דער הזכּרה, אין אָנדענק פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז פֿאָרגעקומען דווקא אינעם אָוונט פֿונעם 19טן אַפּריל, די ערשטע סדר-נאַכט, 1943. די שארית־הפּליטה האָט באַשטימט דעם טאָג פֿאַר אַן אַנדענק־טאָג בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. „יום־השואה‟ איז די עקוויוואַלענט-דאַטע אויפֿן ייִדישן קאַלענדאַר.

דער אָוונט האָט אָפּגעמערקט 71 יאָר נאָך דעם ווי ייִדן האָבן אָרגאַניזירט דעם ערשטן ציווילן אויפֿשטאַנד אין נאַצי-אָקופּירטער אייראָפּע, אין וואַרשעווער געטאָ. ער איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון אַ קאָמיטעט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון פֿאָרשטייערס פֿון דער מעלבורנער „בונד‟-אָרגאַניזאַציע, זײַן יוגנט-גרופּע „סקיף‟ און זײַן „,מיר קומען אָן‟־כאָר. דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט איז אַ מיטגליד פֿונעם דריטן דור.

מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן אָנגעהויבן דעם אָוונט. זיי האָבן אָנגעצונדן זעקס יאָרצײַט־ליכט, צוזאַמען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך. דער הויפּט-רעדנער בײַ דער הזכּרה איז געווען חבֿר אַבֿרהם גאָלדבערג, וואָס איז געווען אין אוישוויץ נאָך דעם ווי ער האָט מיטגעמאַכט די לאָדזשער געטאָ, ליקווידירט מיט 70 יאָר צוריק אין אויגוסט, 1944. גאָלדבערג איז געווען טעטיק אין דער בונדישער אונטערערדישער אַרבעט אין דער לאָדזשער געטאָ און האָט זיך געטיילט מיט זײַנע איבערלעבונגען און זכרונות. זײַן אייניקל, דניאל גאָלדבערג, וואָס איז איינער פֿון די פֿאָרזיצערס פֿון דער מעלבורנער „סקיף‟־אָרגאַניזאַציע, האָט גערעדט אין נאָמען פֿון דער יוגנט.

די „סקיפֿיסטן‟ און מיטגלידער פֿונעם „מיר קומען אָן‟־כאָר האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָגראַם אין ייִדיש און ענגליש, אַרײַננעמענדיק ציטאַטעס פֿון די זכרונות, איבערגעלאָזט פֿון וולאַדקע מיד און מאַרעק עדעלמאַן. די לידער פֿון חוה ראָזענפֿאַרב, וואָס האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ, האָבן געהאָלפֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד די ייִדן, וועלכע זײַנען דאָרט פֿאַרשפּאַרט געוואָרן. ליכטבילדער האָבן איבערגעזעצט ייִדישע טעקסטן אויף ענגליש, און די ענגלישע טעקסטן — אויף ייִדיש, כּדי אַלע זאָלן קענען פֿאַרשטיין דעם אינהאַלט פֿונעם אָוונט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/178008/news-from-melbourne/#ixzz30Dgp51mn

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: