Fundan nueva comunidad jasídica en Canvey Island, Inglaterra (En Yiddish)

Por:
- - Visto 404 veces

ס׳איז ניט נאָר אין וויליאַמסבורג, וואָס די חרדישע ייִדן ליידן פֿון אַ דוחק אין דירות. אין דער חסידישער געגנט סטעמפֿאָרד־היל, אין לאָנדאָן, איז מער ניטאָ קיין אָרט, וווּ די יונגע משפּחות קענען באַקוועם וווינען און די פּרײַזן פֿון די אָרטיקע דירות זענען, אַזוי ווי אין וויליאַמסבורג, זייער טײַער. להיפּוך צו ניו־יאָרק, האָט מען נאָך ניט געשאַפֿן קיין גרויסע חסידישע שטעטלעך אויסער לאָנדאָן אַזוי ווי קרית־יואל אָדער ניו־סקווער, וואָס געפֿינען זיך ניט ווײַט פֿון שטאָט ניו־יאָרק.

לעצטנס האָבן זעקס חסידישע משפּחות געקויפֿט הײַזער אין „קאַנוויי־אײַלאַנד‟, אַ דאָרפֿיש אינדזל אין עסעקס, 35 מײַלן אויף מיזרח פֿון לאָנדאָן. די נײַע פֿרומע אײַנוווינער האָבן געקויפֿט הײַזער אין אַ געגנט, וואָס איז ביליק צוליב דעם, וואָס עס דראָט דאָרטן אַ כּסדרדיקן געפֿאַר פֿון פֿאַרפֿלייצונגען. די ייִדן האָפֿן, אַז עס וועלן זיך באַלד אַרײַנציִען נאָך 50 חרדישע משפּחות. דער אינדזל פֿאַרמאָגט שוין אַ שיל, אַ צײַטווײַליקע יאַטקע וווּ מע קען קויפֿן כּשר פֿלייש, און אַן אָרט, וווּ מע וועט קענען עפֿענען אַ שול. אַ דאַנק אַ ריזיקער נדבֿה האָבן די נײַע אײַנוווינער געקויפֿט דעם שול־בנין פֿאַר 1.7 מיליאָן פֿונט.

אויפֿן ערשטן בליק איז די געגנט ניט קיין אָרט, וווּ מע וואָלט דערוואַרט, אַז פֿרומע ייִדן וואָלטן געוואָלט וווינען. די אײַנוווינער פֿונעם אינדזל האָבן געשטימט מאַסנווײַז צו פֿאַרלאָזן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין און זענען דערצו כּמעט אין גאַנצן פֿון אַנגלאָ־סאַקסאָנישן אָפּשטאַם. להיפּוך צו לאָנדאָן, זעט מען דאָרטן ניט קיין סך מענטשן, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין אויסלאַנד אָדער וואָס טראָגן טראַדיציאָנעלע רעליגיעזע קליידער.


ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די ייִדן מיט זייערע פֿרומע בגדים, שייטלען און פּאות זענען דאָרט אַ נײַער און אומדערוואַרטער פֿענאָמען, זעט אויס, אַז די ייִדן זענען דאָרט צופֿרידן. עס געפֿעלט זיי די דאָרפֿישע סבֿיבֿה, וווּ מע קען הערן ווי עס זינגען פֿייגלעך און זען ווי די קי גיין אַרום פֿרײַ אין פֿעלד. פֿון זייער זײַט האָפֿן די אײַנוווינער פֿונעם אינדזל, אַז די ייִדן וועלן העלפֿן די אָרטיקע עקאָנאָמיע.

„קאַנוויי־אײַלאַנד‟ איז ניט דאָס איינציקע אָרט, וווּ חרדישע משפּחות אין ענגלאַנד ווילן שאַפֿן אַ נײַעם ציבור. נאָך אַ גרופּע פֿון סטעמפֿאָרד־היל וויל שאַפֿן אַ קהילה אין „האַרלאָו‟, עסעקס, און אַנדערע אָרטאָדאָקסישע משפּחות פֿון גאָלדערס־גרין וועלן זיך אפֿשר אַרײַנציִען אין „העמל־העמפּסטעד‟, אַ שטעטל אין הערטפֿאָרדשײַר.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198601/hasidic-community-founded-in-england/#ixzz4GqzC8j9N

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: