Holocausto: Suiza comienza a enfrentarse a su propio pasado

Por:
- - Visto 827 veces

במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט די שווייצאַרישע רעגירונג אָפֿיציעל אָפּגעלייקנט די פֿאַרבינדונג פֿון זייער לאַנד מיט חורבן, און אויסגעמיטן די דאָזיקע שווערע טעמע. דערנאָך, סוף 1990ער יאָרן, האָבן די מלוכישע פֿירער מסכּים געווען, אַז די יורשים פֿון די חורבן־קרבנות, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט זייער געלט אינעם שווייצאַרישן באַנק, דאַרפֿן באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע, און אַז מע מוז אומקערן די קונסט־ווערק, וואָס די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט בײַ ייִדן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, אַרײַנגערעכנט דײַטשלאַנד, האָט מען אין דער שווייץ דערווײַל נישט אײַנגעפֿירט קיין בילדונג־פּראָגראַמען אָדער הזכּרה־אונטערנעמונגען וועגן דעם חורבן. נישט לאַנג צוריק, האָט אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה זיך געוואָנדן אין די געריכט־אינסטאַנצן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער שווייץ, מיט אַ טענה, אַז די קאָמפּענסאַציע־סומע פֿאַר די קונסט־חפֿצים, וואָס די נאַציס האָבן אָפּגענומען בײַ זײַן משפּחה, זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן צוליב אַ שווינדערישער קונץ מצד די שווייצאַרישע באַנקן.

אין דער זעלבער צײַט, קלײַבט זיך דער קונסט־מוזיי אין דער שווייצאַרישער שטאָט בערן צו באַטראַכטן, צי מע זאָל אָננעמען אַ קונסט־זאַמלונג פֿון אַ געוויסן מענטש, ווײַל צווישן די בילדער געפֿינען זיך נישט ווייניק גנבֿות, קאָנפֿיסקירט בײַ ייִדן בעתן חורבן. דער טאַטע פֿונעם זאַמלער איז געווען אַ נאַציסטישער קונסט־הענדלער.


ווי לאַנג וועט די שווייץ פֿאַרשווײַגן די פֿינצטערע זײַטלעך פֿון איר געשיכטע? אַזאַ עקשנותדיקע באַציִונג האָט צו טאָן מיט דער ספּעציפֿישער ראָלע, וואָס דאָס דאָזיקע לאַנד האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָפֿיציעל איז עס געבליבן נייטראַל, אָבער כּדי אויסצומײַדן דעם קאָנפֿליקט מיט די שכנים, דײַטשלאַנד און די נאַצי־אָקופּירטע לענדער, האָט די שווייצאַרישע רעגירונג צומאָל אונטערגעשפּילט די נאַציס.

למשל, אַ שווייצאַרישער פּאָליציאַנט האָט אַרעסטירט מײַן מומע, וועלכע האָט געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון פֿראַנקרײַך, און האָט זי אומגעקערט אויף דער נאַצי־אָקופּירטער פֿראַנצויזישער טעריטאָריע. זי איז דעמאָלט געווען אַ 17־יאָריק מיידל. די מעשׂה איז געשען מיט אַרום 30,000 אַנדערע ייִדן.

ראָזלי נאַף, אַ שווייצאַרישע קראַנקן־שוועסטער, האָט געפּרוּווט צו ראַטעווען מײַן מומע ממש במסירת־נפֿש. ווען זי איז צום צווייטן מאָל אַריבערגעגאַנגען די גרענעץ, האָט זיך איר דעמאָלט טאַקע אײַנגעגעבן צו בלײַבן אינעם נייטראַלן לאַנד, אַ דאַנק נאַפֿס קאָלעגן. נאָך דער מלחמה, האָט מען אָבער אין דער שווייץ כּמעט אינגאַנצן פֿאַרגעסן די מעשׂה. ווען מע האָט בכלל דערמאָנט נאַף און איר קליינע גרופּע ראַטירער, האָט מען זיי געשילדערט נישט ווי העלדן, נאָר ווי „שמוגלער‟.

נישט לאַנג צוריק, איז אין דער שווייץ פֿאָרגעקומען אַ וויכטיק געשעעניש, וואָס קאָן זײַן אַ גוטער סימן. אַ גרופּע קריסטן אינעם פֿראַנצויזיש־רעדנדיקן טייל פֿונעם לאַנד, האָבן נישט לאַנג צוריק אָנגעהויבן אַ פּירסום־קאַמפּאַניע, כּדי צו באַקענען די שווייצאַרער מיט די פֿינצטערע פֿאַרבינדונגען פֿון זייער לאַנד מיטן ייִדישן חורבן, און צו דערציילן וועגן דער העלדישער טעטיקייט פֿון אַזעלכע העלדישע יחידים, ווי נאַף.

מיטן דאָזיקן פּראָיעקט פֿירט אָן אַן אָרטיקער זשורנאַליסט, מיטן נאָמען זשאָעל ריימאָן, וועלכער האָט במשך פֿון צוויי יאָר געזאַמלט געלט פֿאַר אַ חורבן־מאָנומענט, וואָס מע האָט איצט אויפֿגעשטעלט אינעם שטעטל לע־פּאָן, וווּ עס זענען געשען אַ סך געשעענישן מיט די „אַרײַנגעשמוגלטע‟ קינדער. ריימאָן האָט באַמערקט, אַז נישט ווייניק יונגע שווייצאַרער באַציִען זיך מיט אַ וואַקסנדיקן אינטערעס צו דער טעטיקייט פֿון זײַן אָנדענק־געזעלשאַפֿט. אין סעפּטעמבער, ווען מע האָט אויפֿגעדעקט דעם דענקמאָל, האָבן זיך אין לע־פּאָן פֿאַרזאַמלט הונדערטער מענטשן, אַרײַנגערעכנט דעם לעצטן לעבעדיקן „שמוגלער‟ — דער 90־יאָריקער בערנאַר בוּווערע.

Source: http://yiddish.forward.com/articles/182815/switzerland-begins-to-confront-its-own-holocaust-p/#ixzz3IPqajbIe

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «Holocausto: Suiza comienza a enfrentarse a su propio pasado»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: