Kiryas Joel será un nuevo pueblo separado de Monroe para satisfacción de ambas partes

Por:
- - Visto 334 veces

נאָך יאָרן פֿון ראַנגלענישן צווישן דעם ייִדישן דאָרף קרית־יואל און דעם גרעסערן שטעטל מאָנראָ, צו וועלכן עס געהערט, האָבן 80 פּראָצענט פֿון די מאָנראָער וויילער באַשטעטיקט דעם פּלאַן, אַז קרית־יואל זאָל ווערן אַן אומאָפּהענגיק שטעטל פֿאַר זיך.

דאָס נײַע שטעטל, וואָס וועט הייסן „פּאַלמטרי‟ (אַ ניט־פּינקטלעכע ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם נאָמען טייטלבוים, לכּבֿוד דעם סאַטמערער רבי יואל טייטלבוים ז׳׳ל) וועט זיך אָפֿיציעל צעשיידן פֿון מאָנראָ אין 2020.

ווי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט שוין דערקלערט אין פֿריִערדיקע אַרטיקלען וועגן קרית־יואל זענען די לעגאַלע באַציִונגען צווישן שטעט, שטעטלעך און דערפֿער אין שטאַט ניו־יאָרק זייער אַ קאָמפּליצירטער ענין. אין אַן אַרטיקל פֿון צוויי יאָר צוריק האָט מען דערקלערט, אַז „כאָטש אין קרית־יואל וווינען מער ווי 20,000 אײַנוווינער, איז עס אָפֿיציעל נישט קיין שטעטל, נאָר אַ ׳דאָרף׳ — אַ טייל פֿונעם גרעסערן שטעטל מאָנראָ אין אָראַנדזש־קאַונטי. מאָנראָ אַליין באַשטייט פֿון זיבן דערפֿלעך, און דאָס גרעסטע פֿון זיי איז טאַקע קרית־יואל. צוליב דעם, וואָס די חסידים אין קרית־יואל שטימען ווי איין בלאָק, האָבן זיי אַ ממשותדיקן פּאָליטישן כּוח אינעם שטעטל מאָנראָ און שטיצן די פּאָליטיקער, וואָס זייער פּאָליטיק איז אָפֿט געצילט קעגן די אינטערעסן פֿון די ניט־חסידישע אײַנוווינער.‟


אַ דאַנק דעם אָפּמאַך וועלן די אײַנוווינער פֿונעם שטעטל „פּאַלמטרי‟, וואָס וועט זײַן דאָס ערשטע נײַע שטעטל אין ניו־יאָרק אין כּמעט 40 יאָר און דאָס ערשטע חרדישע שטעטל אין אַמעריקע, קענען אַליין נעמען דעם פֿולן קאָנטראָל איבער זייער שולסיסטעם. די ניט־חסידישע אײַנוווינער פֿון מאָנראָ וועלן דעריבער קענען אָנפֿירן מיט זייער שולסיסטעם אָן דעם הסכּם פֿון די סאַטמאַרער איבער יעדן באַזונדערן באַשלוס. דערצו וועט קרית־יואל קענען אַנעקסירן נאָך 56 אַקערס לאַנד, כּדי זיך צו קענען פֿאַרברייטערן, איידער זי ווערט „פּאַלמטרי‟.

צוליבן אָפּמאַך וועט מאָנראָ פֿאַרלירן כּמעט 2 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר אין שטײַערן און „פּאַלמטרי‟ וועט, פֿאַרשטייט זיך, דאַרפֿן זיך באַנוגענען מיט בלויז דעם רווח פֿון די שטײַערן, וואָס עס באַצאָלן זייערע אייגענע אײַנוווינער.

לויט אַלע באַריכטן זענען כּמעט אַלע אין מאָנראָ צופֿרידן מיטן אָפּמאַך. „פֿאַראייניקטער מאָנראָ‟, אַ גרופּע מאָנראָער אײַנוווינער וואָס האָט יאָרן לאַנג געשטרעבט צו פֿאַרקלענערן די פּאָליטישע מאַכט פֿון די חסידים דורכן אָנקלאָגן די קרית־יואלער אָנפֿירער אין געריכט, האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט מיט די וואַל־רעזולטאַטן. גדליה סעגעדין, דער „דאָרף־אַדמיניסטראַטאָר‟ פֿון קרית־יואל, האָט געזאָגט אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, אַז „הײַנט איז באמת אַ היסטאָרישער טאָג, וואָס וועט אַרײַנברענגען אַ נײַע תּקופֿה פֿון שלום און סטאַביליטעט פֿאַר אַלע מאָנראָער אײַנוווינער. מיר ווילן באַדאַנקען אַלע מאָנראָער וויילער פֿאַר זייער גוואַלדיקער שטיצע. זיי האָבן אויסגעקליבן אַ בעסערן וועג פֿאָרויס, אַ דרך פֿון דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען און קאָמפּראָמיסן אַנשטאָט בייזער רעטאָריק און אָנקלאָגן אין געריכט.

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: