La cocina judía reaparece en Hungría

Por:
- - Visto 355 veces

אַז מע גייט אַרײַן אין „מצות הוסאַר‟, אַ ייִדישער רעסטאָראַן אינעם היסטאָרישן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון בודאַפּעשט, באַמערקט מען צוויי זאַכן: די טישטעכער מיט שפּיצן און הענגלײַכטער, וואָס דערמאָנען אין היימישע וועטשערעס בײַ דער באָבען, אָבער גלײַכצײַטיק — אַן עלעמענט פֿון סאָפֿיסטיצירטקייט, ווי מע זעט פֿון די עלעגאַנט־פֿאַרפּוצטע סאַרווער און די מאָדערנע ווײַנגלעזער בײַ יעדן טיש.

דאָס זעלבע מיטן עסן: אַלטע מאכלים, ווי צעהאַקטע אייער מיט גענדזנשמאַלץ און געפּרעגלטע ציבעלע, און האָלעפּצעס געפֿילט מיט גערשטן, ווערן באַגלייט מיט אַ פֿרישן סאַלאַט פֿון גרינע אַרבעס, בוריקעס און רעטעכלעך.

דער 41־יאָריקער אייגנטימער, דוד פּאָפּאָוויץ, זאָגט, אַז אַ סך פֿון זײַנע פּאָטראַוועס זענען אינספּירירט פֿון דער באָבען. „זי האָט תּמיד געזאָגט, אַז וואָס מער מינים פֿלייש מע גיט אַרײַן אין אַ יויך, אַלץ געשמאַקער איז זי,‟ האָט ער געזאָגט. טאַקע דערפֿאַר מאַכט ער די יויך צו די קניידלעך סײַ פֿון גענדזענעם, סײַ פֿון רינדערן פֿלייש.


„מצות הוסאַר‟, וואָס מיינט „מצה־סאָלדאַט‟ (און איז דווקא אַ מאָל געווען אַ באַליידיקונג קעגן ייִדן), איז איינער פֿון אַ וואַקסנדיקער צאָל רעסטאָראַנען, וואָס גרייטן צו טראַדיציאָנעלע אונגעריש־ייִדישע מאכלים. נישט קיין חידוש, אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז אין בודאַפּעשט וווינט איצט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אַלע שטעט אין אייראָפּע; צווישן די 100,000 ייִדן אידענטיפֿיצירן זיך 10,000 פֿון זיי ווי רעליגיעז. און נישט געקוקט אויף דעם אויפֿשטײַג פֿון עקסטרעמיסטישע נאַציאָנאַליסטן אין לאַנד, אַזוי ווי די אַנטיסעמיטישע „יאָביק־פּאַרטיי‟, האָט זיך אין בודאַפּעשט לעצטנס צעבליט דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור.

אין פֿאַרגלײַך מיט די עטלעכע לאַנג־יאָריקע גלאַט־כּשרע רעסטאָראַנען, ווי „חנה‟ און „כּרמל‟, זענען די נײַערע בכלל נישט כּשר. זיי זענען אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אויפֿצולעבן די ייִדישע קיך, און זי אַרײַנצוברענגען אינעם 21סטן יאָרהונדערט.

„קאַפֿע נאָע‟ איז איינע פֿון די פֿיר בעקערײַען, אָנגעפֿירט פֿון דער געבעקס־קעכין רחל ריי און איר מאַן, מיקלאָש מאַלאָשטשיק. ריי, די 33־יאָריקע טאָכטער פֿון אַ רבֿ און אַ קאָכבוך־שרײַבערין, באַקט היימישע ייִדישע דעסערטן, ווי המן־טאַשן אויף פּורים און אַן עפּל־מצה־לעקעך אַ גאַנץ יאָר.

איר פּאָפּולערסטע געבעקס איז אָבער פֿלאָדן — אַ טראַדיציאָנעל געבעקס פֿון דרײַ שיכטן, וואָס זי פֿילט אָן מיט מאָן, צעמאָלענע ניס און עפּל, און באַשמירט עס אַלץ מיט פּאָווידלע. זי און איר מאַן האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן דאָס געבעקס, ווען זיי האָבן געבראָכן אַ וועלט־רעקאָרד פֿונעם גרעסטן פֿלאָדן אויף דער וועלט, וואָס זיי האָבן צוגעגרייט צו דעם פּאָפּולערן מוזיק־און־קולטור פֿעסטיוואַל „סיגעט‟ אין 2012. (דער פֿלאָדן האָט געהאַט די לענג פֿון 72 פֿוס.)

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/178638/jewish-cuisine-makes-a-comeback-in-hungary/#ixzz32Cr2pdez

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

2 comentarios en «La cocina judía reaparece en Hungría»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: