באַלד הייבט זיך אָן אין בראַזיל דער סעזאָן פֿונעם „מאָנדיאַל‟, און די גאַנצע וועלט איז גרייט אויף אַ חודש צו פֿאַרגעסן אַלע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, צוליב איין שפּיל — פֿוסבאָל. אין דער זעלבער צײַט צעברענט זיך אַ סקאַנדאַל אין דער פּרעסע אַרום דער חזירישער קאָרופּציע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעדעראַציע פֿון דער פֿוטבאָל־אַסאָציאַציע (FIFA). אַז די מדינות פֿונעם אַראַבישן גאָלף ווערן אַ גרעסערער טייל פֿון דער ספּאָרט־וועלט, ווערן זיי אויך אַ טייל פֿון אַלע פֿאַרדאָרבנקייטן אין דער וועלט.

אין די לעצטע נײַעס דערציילט מען, אַז קאַטאַר האָט באַצאָלט אַ פֿינף מיליאָן דאָלאַר צו אַ פֿוסבאָל־באַאַמטן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די מדינה וועט זײַן די גאַסט-געבערין פֿונעם „מאָנדיאַל‟ 2022. די ענגלישע צײַטונג „סאַנדיי טײַמז‟ האָט אַנטדעקט דאָקומענטן, וואָס באַווײַזן, שוואַרץ אויף ווײַס, אַז מוכאַמאַד בין כאַמאַם, דער קאַטאַרישער עקזעקוטיוו אין FIFA, האָט באַצאָלט די אַפֿריקאַנער באַאַמטע, אַ יאָר פֿאַרן אָננעמען דעם באַשלוס, וווּ דער „מאָנדיאַל‟ דאַרף פֿאָרקומען.

די רעגירונג פֿון קאַטאַר לייקנט שטיין־און־ביין, אָבער אין 2011 האָט די פֿוסבאָל־וועלט שוין אַרײַנגעלייגט כאַמאַם אין חרם, צוליב כאַבאַר. ער האָט איבערגעגעבן 1.6 מיליאָן דאָלאַר דזשאַק וואַרנער פֿון טרינידאַד, דעם געוועזענער וויצע-פּרעזידענט פֿון FIFA, צו שטיצן זײַן קאַמפּאַניע אַרויסצושטופּן דעם פּרעזידענט, סעפּ בלאַטער. צוליב דעם עפּיזאָד האָט וואַרנער געמוזט זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן פּאָסטן, און מען האָט געפּרוּווט אויך באַזײַטיקן כאַמאַם. סוף־כּל־סוף, האָט מען כאַמאַם באַזײַטיקט אויף אייביק אין 2012, צוליב „קאָנפֿליקטן פֿון אינטערעסן‟, ווען ער האָט געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿון דער אַזיאַטישער פֿוסבאָל־קאָנפֿעדעראַציע.

פֿון דעסטוועגן, איז דער כאַבאַר־ענין גאָר נישט שאָקירנדיק. דער אמתער סקאַנדאַל איז, וואָס נאָר איצט הייבט מען אָן צו טראַכטן וועגן אויסקלײַבן אַן אַנדערע מדינה פֿאַרן „מאָנדיאַל 2022‟. מיטגלידער פֿון דעם בריטישן פּאַרלאַמענט און דער פּרעזידענט פֿונעם האָלענדישן פֿוסבאָל האָבן שוין געהייסן, אַז קאַטאַר זאָל נישט זײַן דער גאַסט-געבער. סעפּ בלאַטער האָט נאָר מיט אַ האַלבן חודש צוריק געזאָגט, אַז עס איז געווען אַ טעות פֿון אָנהייב אָן צו פּלאַנירן אַ „מאָנדיאַל‟ אין קאַטאַר, וווּ די טעמפּעראַטור איז דאָרט צו אַ הויכע, צו דערמעגלעכן אַ זומערדיקן „מאָנדיאַל‟. אָבער דער קאָשמאַר אַרום דעם „מאָנדיאַל‟ אין קאַטאַר האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער.

פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון מענטשן־רעכט איז קאַטאַר נישט מסוגל דורכצופֿירן דעם „מאָנדיאַל‟. די מדינה נוצט נאָך אַ סיסטעם פֿון פֿרעמדע אַרבעטער מיטן נאָמען „קאַפֿאַלע‟ אָדער „אונטערשטיצונג‟. די סיסטעם, וואָס ווערט פֿאַרגלײַכט מיט שקלאַפֿערײַ מיינט, אַז יעדער פֿרעמדער אַרבעטער מעג בלײַבן אין דער מדינה נאָר אויפֿן תּנאַי, אַז זײַן אַרבעט-געבער וויל אים. אַזוי איז זייער גרינג פֿאַרן אַרבעט-געבער צו מוטשען און אויסנוצן זײַנע אַרבעטער, און אַפֿילו צונעמען בײַ זיי די פּאַספּאָרטן, זיי זאָלן נישט קענען אַנטלויפֿן. שוין מער ווי 1,200 פֿרעמדע אַרבעטער פֿון נעפּאַל, אינדיע און אַנדערע מדינות זײַנען אומגעקומען בײַ דער אַרבעט, און מען רעכנט, אַז לפּחות 4,000 מענטשן וועלן שטאַרבן ווי הינט ביזן יאָר 2022.

אַליין איז נישט גרייט מודה צו זײַן, אַז פֿאַרדאָרבנקייט איז אַ טיפֿע פּראָבלעם אין דער וועלט פֿון פֿוסבאָל. לויט אַן אַרטיקל פֿון מערץ, אָפּגעדרוקט אינעם ענגלישן „טעלעגראַף‟, איז אַן איבערזיכט פֿון פֿאַרדאָרבנקייט אינעם אויסקלײַבן מדינות פֿאַר די „מאָנדיאַל 2018‟ און „מאָנדיאַל 2022‟ כּמעט סאַבאָטירט געוואָרן. אַ קאָנספּיראַציע אָפּצורופֿן דעם עטיק-קאָמיטעט און אָפּצוזאָגן דעם פֿאָרזיצער פֿון דעם איבערזיכט, מײַקל גאַרסיאַ, איז אַנטדעקט געוואָרן נאָר עטלעכע שעה פֿאַר דעם, וואָס דער עקזעקוטיוו-קאָמיטעט האָט זיך געטראָפֿן אַרומצורעדן דעם ענין. וואָס איז נישט אַנטדעקט געוואָרן איז, ווער עס זײַנען געווען די קאָנספּיראַטאָרן. אַלע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט האָבן קלאָר געמאַכט זייער שטיצע פֿאַרן איבערזיכט און פֿאַר גאַרסיאַ.

אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט-אָרגאַניזאַציעס ווי און דער אָלימפּיאַדע-קאָמיטעט האָבן געלייגט דעם טראָפּ אויף אַ מין גלײַכקייט פֿאַר ווייניקער-אַנטוויקלטע לענדער. די אָלימפּיאַדע אין רוסלאַנד און דער הײַיאָריקער „מאָנדיאַל‟ אין בראַזיל ווײַזן בפֿירוש דעם פֿעלער פֿון אַזאַ פּאָליטיק: אַזעלכע לענדער זײַנען פּשוט נישט גרייט אויסצוהאַלטן די קאָסטן פֿון די שיינע אינסטאַלאַציעס און גרויסע צערעמאָניעס. אָבער אַז עס קומט צו קאָרופּציע, קען מען נישט באַשולדיקן די מדינות. די באַאַמטע האָבן קלאָר געוויזן, אַז וויפֿל כאַבאַר מען איז גרייט צו באַצאָלן, זײַנען זיי גרייט צו נעמען.

Source: http://yiddish.forward.com/articles/179011/qatar-a-symbol-of-sports-corruption/#ixzz33nTH2Jqi

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A excepción de tu nombre y tu correo electrónico tus datos personales no serán visibles y son opcionales, pero nos ayudan a conocer mejor a nuestro público lector

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.
Artículo anteriorTemas djudios en el reflan djudeo-espanyol: "Los nombres"
Artículo siguienteJaguar Land Rover Financial Services es lanzada al mercado mediante alianza con BBVA Bancomer
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.