La obra de Stanley Kubrick es considerada judía mientras la de Bellow es considerada “americanas”, ¿Usted qué piensa?

Por:
- - Visto 811 veces

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך דערציילט וועגן דעם קאָנטראָווערסאַלן בוך פֿונעם  תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר שלמה זאַנד. דער מחבר דערקלערט, אַז ער האַלט זיך נישט  מער פֿאַר אַ ייִד, ווײַל די וועלטלעכע ייִדישקייט אָן אמונה און אָן דער ייִדישער  שפּראַך זעט פֿאַר אים אויס ליידיק און אומזיניק. דאָס בוך איז געווידמעט דעם  גרויסן בונדיסטישן דענקער וולאַדימיר מעדעם.

צווישן אַנדערע שאַרפֿע טענות, קריטיקירט זאַנד די וועלטלעכע ייִדישע  אידענטיפֿיקאַציע אין דער הײַנטיקער אַמעריקע. אַ טייל מענטשן באַטראַכטן סטענלי  קובריקס פֿילמען ווי „ייִדישע‟, צוליב דעם רעזשיסאָרס ייִדישן אָפּשטאַם, הגם זיי  האָבן נישט קיין שײַכות צו ייִדישקייט. די ווערק פֿונעם גרויסן שרײַבער סאָל בעלאָו  האָבן יאָ אַ שײַכות צו ייִדישקייט; איז ער אָבער געווען אַ ייִדישער שרײַבער?  ניין, גיכער אַן ענגלישער אָדער אַמעריקאַנער. נישט ווייניק אַמעריקאַנער ייִדן,  וואָס גלייבן נישט אין קיין רעליגיע, הענגען אויף חנוכּה־לעמפּלעך אויף זייערע  ניטל־יאָלקעס, ווי אַ סימן פֿון זייער אַמעריקאַנער ירושה. צי קאָן מען עס אָבער  ערנסט באַטראַכטן ווי אַ ייִדישן מינהג?

נאָך אַ ריי אַזעלכע טענות, מאַכט זאַנד דעם אויספֿיר, אַז די ייִדישע קהילות  אין אַמעריקע, אַחוץ אַזעלכע טראַדיציאָנעלע קרײַזן, ווי די ייִדיש־רעדנדיקע  חסידים, האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין פֿאַרמאַכטע קלובן, וווּ די ייִדישקייט ווערט  באַטראַכט בלויז ווי אַ מיטגלידשאַפֿט־קאַרטל, אָן קיין ממשותדיקן קולטורעלן אָדער  גײַסטיקן תּוכן. ווען איך האָב געשמועסט מיטן תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר און  געשריבן מײַן אַרטיקל וועגן זײַן בוך, האָב איך געטראַכט, צי זײַן נעגאַטיווע  כאַראַקטעריסטיק איז טאַקע אַ ביסל איבערגעטריבן. אַקוראַט אין דער זעלבער צײַט,  זענען צוויי אָנגעזעענע אַמעריקאַנער ייִדן, סטיווען כּהן און קערי אָליצקי,  אַרויסגעטראָטן מיט אַ פֿאָרלייג, וואָס האָט פֿאַקטיש באַשטעטיקט זאַנדס  דיאַגנאָז.


פּראָפֿעסאָר כּהן איז אַ מומחה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער דעמאָגראַפֿיע.  אָליצקי, אַ רעפֿאָרמער ראַבינער, פֿירט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע „דאָס גרויסע  ייִדישע געצעלט‟, וואָס פּרוּווט אַרײַנצוציִען וואָס מער מענטשן, אויף  פֿאַרשיידענע אופֿנים, אין די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות. זייער עיקר־טענה  באַשטייט אין דעם, וואָס אַ סך ייִדישע קהילות אין אַמעריקע שטעלן מיט זיך פֿאָר  טאַקע פֿאַרמאַכטע קלובן, און באַשטייען פֿון ייִדיש־שטאַמיקע מיטגלידער, וועלכע  פּראַווען ניטל, נישט גלייבנדיק דערבײַ אין גאָט, און היטן נישט קיין מיצוות.

די נישט־ייִדישע מענער און ווײַבער פֿון אַזעלכע „אַמעריקאַנער פֿון אַ גאַנץ  יאָר‟ ווייסן אָפֿט נישט ווייניקער וועגן ייִדישקייט. אויב זיי ווילן זיך אָנשליסן  אין אַ ייִדישער קהילה, דערמאָנט מען זיי פּלוצעם, אַפֿילו אין די סאַמע ליבעראַלע  קהילות, אַז דאָס זײַן אַ ייִד האָט צו טאָן מיט זײַן אַ שומר־תּורה־ומיצוות. אין  פֿאַרגלײַך מיט די „ראַסעווע‟ ייִדן, מוזן די נײַע קלוב־מיטגלידער אַרויסוואַרפֿן  זייערע ניטל־יאָלקעס און מקבל זײַן עול־מלכות־שמים דורך אַ ביוראָקראַטישער רבנישער  אינסטיטוציע.

כּהן און אָליצקי באַמערקן, אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַטיק. כּדי צו  פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, לייגן זיי פֿאָר אַן אַלטערנאַטיוון מעטאָד צו קריגן אַ  מיטגלידשאַפֿט־קאַרטל, דהײַנו: אָנצונעמען די, וואָס האַלטן זיך פּערזענלעך פֿאַר  ייִדן און זענען באַקאַנט מיט דער ייִדישער קולטור, דורך אַ ריין־וועלטלעכן  פּראָצעס פֿון „ייִדישער קולטור־אָנערקענונג‟.

די מחברים פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל דערקלערן, אַז ס׳איז כּדאַי צו באַקענען די  פֿאַראינטערעסירטע אינעם באַקומען דעם פֿאָרגעלייגטן אָפֿיציעלן „צערטיפֿיקאַט פֿון  שײַכות צו ייִדישקייט‟ מיט אַזעלכע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור, ווי  „פּאָליטיק, ליטעראַטור, מוזיק, קאָמעדיע און סאָציאַלע אַקציעס‟. אַוודאי, מיינט  נישט אַזאַ בילדונג־פּראָגראַם אין דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקע איציק מאַנגערס  באַלאַדעס אָדער יוסף גרינס פֿילם „ייִדל מיטן פֿידל‟. ס׳איז גענוג צו באַקענען זיך  מיט קובריקס עקראַניזאַציע פֿון „לאָליטאַ‟, באַצירן אַ ווינקל אין דער היים מיט אַ  ישׂראלדיק פֿענדל און באַצאָלן די יערלעכע מיטגלידשאַפֿט־סומעס — און שוין, קאָן  מען אָנערקענט ווערן ווי אַ ייִד, און קריגן אַ היתּר אויפֿצוהענגען אַ מנורה  אויפֿן סאַמע שפּיץ פֿון דער יאָלקע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174585/playing-identity-cards/#ixzz2nsDLGqkd

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: