ביכער־יאַריד

דער 40סטער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער-יאַריד אין בוענאָס-אײַרעס איז די טעג דערעפֿנט געװאָרן, און װעט אָנגיין ביזן 12טן מײַ. דער ייִװאָ װעט זײַן פֿאַרטראָטן, און מע װעט אויך קענען קויפֿן ייִדישע ביכער. דער יאַריד איז דער גרעסטער אין דער שפּאַנישער װעלט און מען שאַצט, אַז איבער אַ מיליאָן באַזוכער װעלן זײַן אין קאָנטאַקט מיט ביכער, שרײַבער און ספּעקטאַקלען.


פֿילמען פֿונעם קינאָ־רעזשיסאָר און שרײַבער, עדגאַרדאָ קאָזאַרינסקי

עדגאַרדאָ קאָזאַרינסקי איז אַן אַרגענטינער שרײַבער און פֿילם־רעזשיסאָר, װאָס האָט געמוזט אין די 1970ער יאָרן פֿאַרלאָזן אַרגענטינע איבער פּאָליטישע סיבות, און זיך באַזעצן אין פֿראַנקרײַך.

אין די 80ער יאָרן קומט ער צוריק אין לאַנד און זעצט פֿאָר זײַן קאַריערע. די ייִדישע טעמאַטיק פֿאַרנעמט אַ סך אָרט אין זײַנע שאַפֿונגען. זײַן פֿילם „ראָטשילדס פֿידל‟, באַזירט אויף זײַן ראָמאַן, איז ברייט אויפֿגענומען געװאָרן פֿון דער קריטיק און האָט געהאַט גרויס דערפֿאָלג אויף אינטערנאַציאָנאַלע פֿילם-פֿעסטיװאַלן. טשעכאָװס אַ דערציילונג; אַ ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר — בנימין פֿליישמאַן, און זײַן לערער שאָסטאַקאָװיטש, זײַנען די העלדן פֿונעם פֿילם, װאָס אַנטװיקלט זיך ביז די שװערע מאָמענטן פֿון דער צװייטער װעלט-מלחמה, בעת דער באַלאַגערונג פֿון לענינגראַד.

זײַן לעצטער פֿילם, „בריװ צו אַ פֿאָטער‟, איז אַ דאָקומענטאַר װעגן דער ייִדישער אימיגראַציע קיין אַרגענטינע. שיפֿן, רײַזעס, משפּחה-בריװ — איז די ירושה, װאָס זײַן פֿאָטער לאָזט-איבער אין אַ ייִדישער קאָלאָניע פֿון באַראָן הירש אין דער פּראָװינץ ענטרע ריאָס. אין איבער אַ שעה צײַט פּרוּװט קאָזאַרינסקי צו מאַכן אַן אַרכעאָלאָגישע רעקאָנסטרוקציע, אַ װיזועלע עסיי פֿון זכרונות, שפּורן, װאָס העלפֿן צו געפֿינען דעם יונג־פֿאַרלוירענעם פֿאָטער, דורך בריװ, חפֿצים, כּלים, אַד״גל. זינט 2010 זײַנען זײַנע שאַפֿונגען אַ פּרוּװ אַרײַנצודרינגען אין זײַן פֿאַרגאַנגענהייט; „פֿאַרצייכענונגען פֿאַר אַן אויסגעטראַכטער ביאָגראַפֿיע‟ און „נאָקטורן‟ — זײַנען אינטימע פֿילמען, פֿול מיט פּאָעזיע. אין זײַן לעצטן פֿילם, „בריװ צו אַ פֿאָטער‟, ניצט ער אויס ציטאַטן פֿון פּרץ, טאַרקאָװסקי און װילקאָק. קאָזאַרינסקיס לאָזונג איז בילי װײַלדערס אַ ציטאַט פֿון זײַן פֿילם „סאַנסעט בולעװאַר‟: „אַ דעטעקטיװ אַנטדעקט, סוף־כּל־סוף, עפּעס װעגן זיך אַליין‟, און זײַן ירושה קען אַנטדעקט װערן אין זײַן לעצטן פֿילם.


דער פּראָיעקט „געדענק און פֿאַרשפּרייט‟ אין שטאָט טוקומאַן

דער פּראָיעקט „געדענק און פֿאַרשפּרייט‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דער פּראָװינץ טוקומאַן, װוּ דער גובערנאַטאָר יוסף אַלפּעראָװיטש און זײַן פֿרוי, די סענאַטאָרין בעאַטריס ראָיקעס, האָבן געשטיצט דעם פּראָיעקט פֿון דער „דאַיאַ‟. יונגע װאָלונטירן װערן צוגעגרייט צו פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציעס און לערנען װעגן חורבן אין די שולן און אינסטיטוציעס. די דערעפֿענונג פֿונעם קורס איז פֿאָרגעקומען אין דעם מעדיצינישן צענטער רמב״ם פֿון דער שטאָט טוקומאַן.


דער „דיװאַן־אָרקעסטער‟ וועט שפּילן אין בוענאָס־אײַרעס

פֿאַראַכטאָגן האָט מען אָפֿיציעל געמאָלדן אין בוענאָס-אײַרעס, אַז דער „דיװאַן־אָרקעסטער‟ פֿון די ישׂראלדיקע, פּאַלעסטינער און אַראַבישע מוזיקער, װעט הײַיאָר אויפֿטרעטן אין שטאָט. דער אָרקעסטער איז געגרינדעט געװאָרן דורך דעם פּאַלעסטינער אינטעלעקטואַל עדואַרד סאַיִד און דעם ישׂראל־אַרגענטינער מוזיקער דניאל באַרענבוים, װען אייראָפּע האָט געפֿײַערט אין 1999 דעם 250סטן אַניװערסאַר פֿון געטעס געבורט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/178055/news-from-buenos-aires/#ixzz30skI899u

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

Artículo anteriorAlejandro Raga Rasmussen, Arqueólogo de las estrellas
Artículo siguienteMazl Tov! Felicidades a Ariel y Paola por el nacimiento de su hija
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.