Nueva película sobre Bashevis Singer y sus musas

Por:
- - Visto 1077 veces

שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ זאַך: מע ווײַזט אײַך אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן אַ שרײַבער, וואָס הייסט מענדל שפּיצנאָדל. איר האָט קיין מאָל פֿריִער ניט געהערט זײַן נאָמען. צי אפֿשר יאָ געהערט, אָבער קיין מאָל ניט געלייענט זײַנע ווערק; און וועגן זײַן ביאָגראַפֿיע ווייסט איר גאָרנישט אָדער כּמעט גאָרנישט.

ווײַזט מען אײַך אַ פֿילם, וואָס דערציילט זייער ווייניק וועגן מענדל שפּיצנאָדלס לעבן, און דערמאָנט פֿון מאָל צו מאָל עטלעכע ווערק זײַנע. די טעמע איז גאָר אַן אַנדערע, דהײַנו: דער דאָזיקער פּען־מענטש איז געווען אַ חתונה־געהאַטער — זײַן ווײַב איז צו אים אַוועק פֿון איר ערשטן מאַן, איבערגעלאָזט דאָרטן דרײַ קינדער, אָבער ער איז סײַ־ווי־סײַ פֿאַרבליבן אַ שרעקלעכער חמור־אייזל. זײַן חלום איז געווען צו זײַן אַרומגערינגלט מיט פֿרויען, צו האָבן אַ מין האַרעם.

מיט אייניקע פֿרויען פֿון זײַן אַנטוראַזש האָבן די רעזשיסאָרן זיך געטראָפֿן. איינע פֿון זיי איז אין משך פֿון יאָרצענדליקער געווען זײַן קאָכאַנקע. די אַנדערע טענהן, אַז גראָד מיט זיי איז ער ניט געשלאָפֿן, כאָטש מיט אַלע אַנדערע האָט זיך עס אים בדרך־כּלל אײַנגעגעבן צו טאָן. אַ פֿרוי, וואָס איז שוין ווײַט ניט קיין יונגע, דערציילט, ווי דער שרײַבער, צו יענער צײַט אַ שוואַכער זקן, האָט בעת דער סאַמע ערשטער באַגעגעניש מיט איר, דעמאָלט אַ יונג מיידל, גלײַך געזאָגט, אַז ער קען זיך פֿאָרשטעלן, ווי זי צעפֿירט די פֿיס, און געבעטן זי זאָל זיך מיט אים טיילן מיט אירע פּאָרנאָגראַפֿישע פֿאַנטאַזיעס. און אַזוי ווײַטער.


ווי איר פֿאַרשטייט, קען מען אַזאַ פֿילם קוקן; ער קיצלט, אַזוי צו זאָגן. ס’איז פּראָפֿעסיאָנעל גוט צונויפֿגעשטוקעוועט געוואָרן. די פֿרויען זײַנען אַלע גוטע דערציילערינס, אמתע חרוצות. און עס באַווײַזן זיך אויך דעם שרײַבערס קרובֿים, אויך — אַלע פֿרויען. און די איינציקע געלערנטע, וואָס האָט באַקומען די מעגלעכקייט צו זאָגן עפּעס, איז אויך אַ פֿרוי. הקיצור, ס’איז אַ קינאָ־געשיכטע ניט אַזוי וועגן דעם שרײַבער, ווי וועגן אַ מין סולטאַן און זײַנע קעפּסווײַבער און אַנדערע פֿרויען, וועלכע האָבן אָדער באַשלאָסן ניט צו שפּרינגען אין זײַן בעט, אָדער צוליב פֿאַרשיידענע סיבות האָבן אַזאַ פֿאַרבעטונג ניט באַקומען.

איצט איז געקומען די צײַט צו זאָגן, אַז די רייד גייט ניט וועגן עפּעס אַ מענדל שפּיצנאָדל, וועמען איך האָב אויסגעטראַכט, נאָר דווקא וועגן יצחק באַשעוויס־זינגער. דער פֿילם, געמאַכט דורך צוויי ישׂראלדיקע רעזשיסאָרן, אסף גלאי און שאול בעצער, הייסט, „די מוזעס פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער‟. ער האָט דעם 14טן יאַנואַר געעפֿנט דעם 24סטן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/184544/new-film-about-isaac-bashevis-singer/?p=all#ixzz3P0xl7fRF

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: