Nueva version ‘hip-hop’ de Mayn Yiddishe Mame

Por:
- - Visto 398 veces

אַ טשיקאַווער מוזיק־ווידעאָ איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן, וואָס וועבט צונויף דעם גרויסן ייִדישן שלאַגער, „מײַן ייִדישע מאַמע‟, מיט אַ מאָדערנעם היפּ־האָפּ לויבגעזאַנג צו דער מאַמען. במשך פֿון די ערשטע צוויי וואָכן אויף „יו־טוב‟, האָט מען שוין געזען און געהערט דעם מוזיק־ווידעאָ מער ווי 11,000 מאָל.

„מײַן ייִדישע מאַמע‟, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון דזשעק יעלען און ליו פּאָלאַק אין די אָנהייב־1920ער יאָרן, איז באַרימט געוואָרן דורך דער זינגערין סאָפֿי טאָקער, דעם חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט און שפּעטער — די שוועסטער בערי. אין 1928 האָט דער צוויי־שפּראַכיקער נוסח פֿונעם ליד (ייִדיש און ענגליש) פֿיגורירט ווי איינס פֿון די פֿינף פּאָפּולערסטע לידער אויף דעם אַמעריקאַנער ראַדיאָ. זינט דעמאָלט האָט מען עס איבערגעזעצט אין אַ צאָל אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט שפּאַניש, אונגעריש, פּויליש און פֿינלענדיש.

אינעם מוזיק־ווידעאָ, פּראָדוצירט דורך Sparks Next, הערט מען, צו ערשט, דאָס ליד גופֿא, האַרציק געזונגען פֿון אַ 32־יאָריקן חזן, מאיר גאָלדבערג. די מוזיק ווערט באַגלייט מיט אַ ריי אימאַזשן פֿון מאַמעס מיט קינדער: נישט קיין אַלטע שוואַרץ־און־ווײַסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די 1950ער יאָרן, נאָר דווקא פֿון הײַנטיקע יונגע ייִדישע מאַמעס, וועלכע גרייטן צו אַ מיטאָג פֿאַר די קינדער, אָדער עלטערע מאַמעס, וועלכע גלעטן מיט ליבשאַפֿט זייערע דערוואַקסענע טעכטער.


ווי באַלד גאָלדבערג פֿאַרענדיקט זינגען די ייִדישע ווערטער פֿון „מײַן ייִדישע מאַמע‟, טרעט אויף אַ יונגער זינגער פֿון דער ייִדישער „ראַפּ‟־גרופּע Brooklyn Mentality און דערציילט, דורכן שאַרפֿן ריטעם פֿון „היפּ־האָפּ‟, וועגן די יאָרן, וואָס ער האָט דווקא רעבעלירט קעגן דער מאַמען, און קעגן אַלע דערוואַקסענע:

It weighed on my mom, she was always in the principal’s office
Becoming good seemed like an impossible process

[ס׳האָט וויי געטאָן מײַן מאַמען, אַן אָפֿטער גאַסט בײַם שול־דירעקטאָר,
מײַן ווערן אַ לײַט האָט אויסגעזען ממש אוממעגלעך.]

די מאַמע גיט זיך אָבער נישט אונטער, זאָגט ער. זי וואָרנט אים: „דאָס איז דײַן לעצטער שאַנס צו ווערן אַ מענטש!‟ סוף־כּל־סוף, פֿאַרשרײַבט ער זיך אין אַ ישיבֿה ווײַט פֿון דער היים, און ערשט דעמאָלט טוט ער תּשובֿה:

I can‘t show how deep my feelings of gratitude are
That you did more than stand by me
You carried me, the faith that you had and have in me
I just wanna start making you happy, see…

[איך קען נישט ווײַזן ווי טיף איך באַדאַנק דיך
וואָס דו ביסט במשך פֿון די שווערע צײַטן נישט בלויז געבליבן מיט מיר,
נאָר מיך ממש געטראָגן אויף די הענט, צוגעגעבן בטחון האָסטו מיר,
איצט וויל איך דיך בלויז צופֿרידנשטעלן…

איידער גאָלדבערג און זײַן פּראָדוצענט, דניאל פֿינקלמאַן, האָבן געמאַכט דעם ווידעאָ, האָבן זיי גוט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס צונויפֿברענגען אַ סענטימענטאַל ייִדיש ליד מיטן רויען, שאַרפֿן טאַקט פֿון היפּ־האָפּ וועט נישט אַלעמען געפֿעלן.

blnk

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/173746/rapping-about-my-yiddishe-mame/#ixzz2qaXyISMP

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: