Obama se reune con líderes comunitarios para explicar el acuerdo con Irán

Por:
- - Visto 272 veces

וואַשינגטאָן. — פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און די פּראָ־ישׂראלדיקע פֿירער האָבן דינסטיק, בעת אַ זיצונג אינעם „ווײַסן הויז‟, געהאַט אַן אָפֿנהאַרציקן מיינונג־אויסטויש, אין וועלכן יעדער צד האָט געטענהט, אַז דער צווייטער מאַניפּולירט זײַנע אַרגומענטן אין דער דעבאַטע וועגן דעם איראַנישן נוקלעאַרן אָפּמאַך. דערצו האָבן ביידע צדדים באַטאָנט, אַז די מחלוקת האָט צעשפּאָלטן די ייִדישע קהילה. די זיצונג האָט געדויערט מער ווי צוויי שעה.

דער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, און די עצה־געבערין אין שײַכות מיט דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט, סוזען רײַס, זענען אויך געווען דערבײַ.

אָבאַמאַ האָט אויסגעדריקט פֿרוסטרירונג מיט דעם אופֿן ווי דער אָפּמאַך ווערט אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער קהילה. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע זיצונגען, ווען מע האָט אַרומגערעדט די פּרטים פֿונעם אָפּמאַך, האָט מען דאָס מאָל, צום גרויסן טייל, גערעדט וועגן דער ווירקונג פֿון דער דעבאַטע אויף די אַמעריקאַנער ייִדן.


די פּראָ־ישׂראלדיקע באַאַמטע האָבן קריטיקירט אָבאַמאַן, פֿאַר שילדערן זײַנע קעגנער ווי „מלחמה־טרײַבער‟. אָבאַמאַ, פֿון זײַן זײַט, האָט אויסגעדריקט פֿרוסטירונג, וואָס אַ דעלעגאַציע פֿון זײַנע הויכע באַאַמטע, וועלכע האָט לעצטנס באַזוכט „אייפּאַק‟, כּדי פּרטימדיק צו דערקלערן די מעלות פֿונעם אָפּמאַך, איז דערלויבט געוואָרן בלויז 30 מינוט אַרויסצורעכענען אַלע פּונקטן פֿון זייער פֿאַרטיידיקונג.

די שטימונג אין וואַשינגטאָן איז לעצטנס געוואָרן זייער אָנגעשטרענגט, בעת די שטיצער און קעגנער פֿונעם איראַן־אָפּמאַך קאָנקורירן צו געווינען די שטיצע פֿון די דעמאָקראַטן אין קאָנגרעס, וואָס שייך דער פֿראַגע, צי דער קאָנגרעס זאָל ביז סוף־סעפּטעמבער שטימען פֿאַר אַ רעזאָלוציע אָפּצוּוואַרפֿן דעם אָפּמאַך.

לויט איין באַטייליקטע אין דער זיצונג, האָט אָבאַמאַ אָנערקענט די זאָרג בײַ געוויסע פּראָ־ישׂראלדיקע פֿירער וועגן זײַן עפֿנטלעכער חילוקי־דעות מיט ישׂראל, אָבער האָט באַמערקט, אַז צוליב דער פֿעסטער אָפּאָזיציע צום אָפּמאַך מצד דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו, האָט ער נישט געהאַט קיין ברירה.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190012/obama-meets-with-jewish-leaders/#ixzz3i461MHEE

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: