Palabras de Daniel Galay al recibir el reconocimiento por su labor en favor del Yiddish y la cultura judía

Por:
- - Visto 181 veces

ד״ר שׂרה זיו — פֿאָרזיצערין; פֿרוי יהודית סולל — גענעראַל דירעקטאָרין פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור; חשובֿער עולם:

ווען כ’בין געווען פֿינף יאָר אַלט, אין בוענאָס־אײַרעס, האָט מיך מײַן מוטער צום ערשטן מאָל געבראַכט צו דער פּיאַנע־לערערקע צוויי גאַסן פֿון אונדז. זי האָט מיר נישט געפֿרעגט. און איך האָב איר נישט געבעטן. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די גאַנצע מעשׂה.

ווען כ’בין אַלט געווען זיבן יאָר פֿלעג איך זונטיק גיין אין דער מאַטינע־ פֿאָרשטעלונג פֿון איפֿט־טעאַטער וווּּ מײַן פֿאָטער האָט געשפּילט. אויף ייִדיש, פֿאַרשטענדלעך. וואָך אײַן, וואָך אויס אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן. דאָרטן האָב איך אָנגעזאַפּט די לויטערע קלאַנגען פֿון אונדזער מאַמע־לשון און אויך געזען מיט מײַנע אייגענע אויגן ווי ס’ייִדישע פֿאָלק, אַ מאָל אַ באַבערדלטער און אַ מאָל נישט,  שטייט, גייט און טאַנצט אויף דער בינע. די מאַסן־סצענעס האָבן מיך פֿאַרכאַפּט און באַגלייטן מיך אַ גאַנץ לעבן, ביז הײַנט־צו־טאָג.


אין 1975 איז פֿאָרגעקומען מײַן פּרעמיערע־קאָנצערט אויף ביאַליק גאַס אין זאַל פֿון דער צענטראַלער מוזיק־ביבליאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָרט האָב איך געהאַט אַ שוידערלעכע איבערלעבונג. אַ לאַנגיאָריקער קאָמפּאָזיטאָר, בײַ וועמען כ’האָב דערוואַרט אַ פּאָזיטיווע רעאַקציע, האָט רעאַגירט קאַלט אויף מײַן אויפֿטריט, ממש ווי ער וואָלט ניט געווען דערבײַ. ס’הייסט אַז פֿון מײַן ערשטן קאָנצערט אָן האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז די מוזיקוועלט איז תּמיד פֿאַרבונדן מיט ראַנגלענישן, רײַסערײַען און מע דאַרף האָבן אַ שטאַרקן ווילן, צו קענען זיך אויספֿלאַסטערן דעם אייגענעם וועג אין דער קונסטוועלט.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: