Periódico Ladino en Turquía

Por:
- - Visto 442 veces

יעדעס מאָל, ווען קערען סאַרהאָן רעדאַקטירט איר צײַטונג, מוז זי אויסקלײַבן די בעסטע פֿון צענדליקער מאַטעריאַלן, וואָס זי באַקומט טאָג־טעגלעך פֿון פֿאַרשיידענע לענדער.

סאַרהאָן איז די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער איינציקער צײַטונג אינגאַנצן אויף לאַדינאָ, די טראַדיציאָנעלע ספֿרדישע שפּראַך, וואָס הייסן „על אַמאַנעסער‟ און גייט אַרויס יעדן חודש אין דער טערקישער הויפּטשטאָט, סטאַמבול. די טערקיש־ייִדישע לינגוויסטקע האָט דערציילט, אַז אין די 1970ער יאָרן האָט מען געגלייבט, אַז לאַדינאָ האַלט בײַם פֿאַרשוווּנדן ווערן. עס האָבן זיך אָבער באַוויזן יונגע אַקטיוויסטן, וואָס זענען ממשיך די לאַדינאָ־קולטור. די רעלאַטיוו נײַע צײַטונג איז איינער פֿון די פּראָיעקטן, וואָס העלפֿן אונטערצוהאַלטן און אויפֿלעבן די שפּראַך.

אַחוץ „על אַמאַנעסער‟, וואָס גייט אַרויס שוין 10 יאָר, פֿירט סאַרהאָן אָן מיטן „אָטאָמאַניש־טערקישן פֿאָרש־צענטער פֿון ספֿרדישער קולטור‟. די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט געגרינדעט די דאָזיקע אינסטיטוציע צוליב די בקשות פֿון ייִדן, וואָס וווינען אויף פֿיר פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן און זאָרגן זיך וועגן דעם צוקונפֿטיקן גורל פֿון לאַדינאָ. דער צענטער באַקומט אויך הילף פֿונעם שפּאַנישן אינטערנאַציאָנאַלן „סערוואַנטעס־אינסטיטוט‟, וועלכער שטיצט און פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט די שפּאַנישע שפּראַך און קולטור, אַרײַנגערעכנט די ספֿרדיש־ייִדישע ירושה.


לויט דער ישׂראלדיקער איבערזעצער־אַסאָציאַציע, זענען אויף דער גאַנצער וועלט פֿאַראַן בערך 100,000 לאַדינאָ־רעדער. על־פּי־רובֿ, וווינען זיי אין ישׂראל. לויט די מער אָפּטימיסטישע חשבנות, איז די אמתע ציפֿער 2—3 מאָל גרעסער. די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס די קינדער פֿון לאַדינאָ־שפּראַכיקע עלטערן באַנוגענען זיך מיטן שׂפֿת־המדינה — ענגליש, העברעיִש, שפּאַניש, טערקיש צי אַן אַנדער לשון פֿונעם לאַנד, וווּ זיי וווינען — און לערנען זיך נישט אויס די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון זייערע אָבֿות.

די שרײַבער, וואָס שיקן אָפּ זייערע ווערק פֿאַר „על אַמאַנעסער‟, וווינען אין טערקײַ, פֿראַנקרײַך, אַרגענטינע, טשילי, ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און בריטאַניע. יעדעס מאָל באַקומט סאַרהאָן מער ווי גענוג מאַטעריאַל, כּדי אויסצופֿילן די 24 זײַטלעך פֿון דער צײַטונג, וואָס לייענען בערך 2,000 אָרטיקע ייִדן און בלויז אַרום 300 ענטוזיאַסטן אַרום דער וועלט. די אויסגאַבע איז אַ נישט־קאָמערציעלער פּראָיעקט; וועגן קיין ממשותדיקן רווח גייט נישט קיין רייד.

„על אַמאַנעסער‟ עקזיסטירט אַ דאַנק דער סטאַמבולער ייִדישער וואָך־צײַטונג „שלום‟ אויף טערקיש, וואָס אַנטהאַלט אויך איין לאַדינאָ־זײַטל. די רעדאַקציע פֿון דער חודשלעכער אויסגאַבע געפֿינט זיך אינעם זעלבן רעדאַקציע־בנין. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע ייִדישע צײַטונגען, איז „שלום‟ יאָ אַ געראָטענער קאָמערציעלער פּראָיעקט מיט 4,500 שטענדיקע אַבאָנענטן, וועלכע באַקומען „על אַמאַנעסער‟ ווי אַ בײַלאַגע. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אָבער נישט בכּוח צו פֿאַרשטיין די שפּראַך.

סאַמי אַקער, אַ זשורנאַליסט פֿון „שלום‟, גלייבט, אַז אויף די טערקישע ייִדן ליגט דאָס היסטאָרישע אַחריות אָפּצוהיטן לאַדינאָ. הגם לאַדינאָ שטאַמט פֿונעם אַלטן קאַסטיליאַנער שפּאַניש, די אָריגינעלע שפּראַך פֿון די שפּאַנישע און פּאָרטוגאַלישע ייִדן, האָבן זיי אַנטווילקט אַן אייגנאַרטיק לשון אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט נאָכן גירוש־ספֿרד. צוליב דעם, ווי אַקער האָט דערקלערט, איז לאַדינאָ אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אָטאָמאַנישער געשיכטע און קולטור.

ווען „שלום‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1947, פֿלעגט עס געדרוקט ווערן אויף לאַדינאָ. אין 1984 איז די צײַטונג אָבער אַריבער אויף טערקיש, ווײַל די אָרטיקע יונגע ייִדן האָבן נישט געקענט די שפּראַך פֿון זייערע באָבע־זיידעס, אָדער זענען בכלל אַוועקגעפֿאָרן פֿונעם לאַנד. אַזוי ווי די אַמעריקאַנער ענגליש־רעדנדיקע ייִדן, וואָס באַנוצן זיך אין זייער רייד מיט פֿאַרשיידענע ווערטלעך, וואָס שטאַמען פֿון ייִדיש, קאָן מען אָבער נאָך אַלץ באַמערקן, אַז אינעם מויל פֿון די טערקישע ייִדן טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע פֿראַזעס פֿון זייער אַלטן משפּחה־לשון, בפֿרט ווען עס קומט צו די קללות.

אליעזר פּאַפּאָ, אַ ישׂראלדיקער פֿאָרשער פֿון דער באַלקאַנער ספֿרדישער קולטור, האָט באַמערקט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע עטנישע מינאָריטעטן אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, האָבן ייִדן אַמאָל געדריקט אַ ריזיקע צאָל אויסגאַבעס אויף זייער שפּראַך, לאַדינאָ. אין יעדער שטאָט מיט אַ באַשיידענער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿלעגט אַרויסגיין אַ גאַנצער צענדליק צײַטונגען און זשורנאַלן. פּאַפּאָ האָט צוגעגעבן, אַז הגם אין די הײַנטיקע צײַטן רעדן כּמעט אַלע לייענער פֿון „על אַמאַנעסער‟ אויף אַן אַנדער שפּראַך אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן, איז וויכטיק, אַז אַזאַ אויסגאַבע זאָל עקזיסטירן און רעפּרעזענטירן די אַמאָליקע רײַכע לאַדינאָ־קולטור.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188617/ladino-newspaper-in-turkey/#ixzz3cswS7Wd9

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: