„ייִדסטאָק‟, דער יערלעכער קלעזמער־פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און ציט צו מער ווי דרײַ הונדערט באַזוכער צום דאָרפֿישן „פּיאָנערישן טאָל‟ אין מערבֿ־מאַסאַטשוסעטס, איז שוין געוואָרן אַ חשובֿער טייל פֿונעם קלעזמער־קאַלענדאַר. אויפֿן „ייִדישן וווּדסטוק‟ האָבן במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר געשפּילט ס׳רובֿ פֿון די גרעסטע הײַנטצײַטיקע קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער. הײַיאָר וועט אויפֿן פֿעסטיוואַל אויך אויפֿטרעטן אַ באַרימטע זינגערין אויף נאָך אַ ייִדישער שפּראַך — דזשודעזמע.

שׂרה אַראָעסטע, אַ באַרימטע זינגערין פֿון לידער אויף דזשודעזמע, וואָס האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם פֿון אָריגינעלע קינדערלידער אויף דער שפּראַך פֿון אירע גריכישע און מאַקעדאָנישע אָבֿות, וועט אויפֿטרעטן בײַם „ייִדסטאָק‟ צוזאַמען מיטן ייִדישן זינגער אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל אויף אַ ספּעציעלן קאָנצערט, וואָס וועט צונויפֿבינדן די מוזיקאַלישע וועלטן פֿון ייִדיש און דזשודעזמע. אַראָעסטעס אויפֿטריט וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל וואָס מע הערט אַ דזשודעזמע־וואָרט אויף „ייִדסטאָק.‟

אַחוץ אַראָעסטעס און ראָסלס קאָנצערט וועלן אויך אויפֿטרעטן אויפֿן פֿעסטיוואַל דוד קראַקאַוער מיט זײַן קאַפּעליע, די חזנטע העטער קלײַן, די קאַפּעליע Beyond the Pail און דער רעפּ־זינגער „די־דזשיי סאָ־קאָלד‟.

„ייִדסטאָק‟ וועט פאָרקומען פֿונעם 12טן ביזן 15טן יולי. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yiddishbookcenter.org/yidstock.

FuenteYiddish Forward
Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


Artículo anteriorEste domingo en San Diego: “Yiddish Disco Purim Party”
Artículo siguienteEl doble discurso netanyanista alejando otra vez a Israel de sus principios judíos al negarse a reconocer el genocidio armenio
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.