¿Quiére publicidad exitosa? Hágala en Yiddish

Por:
- - Visto 353 veces

„טובֿ וחסד‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס באַקעמפֿט הונגער בײַ אָרעמע און פֿאַריתומטע קינדער אין מדינת־ישׂראל, האָט, אַ דאַנק אַ ייִדיש־שפּראַכיקער רעקלאַמע, געזאַמלט די געוווּנטשענע סומע, $750,000, במשך פֿון בלויז איין מעת־לעת.

די קאַמפּאַניע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך Charidy — אַ וועבזײַט, וואָס העלפֿט צדקה־אָרגאַניזאַציעס זאַמלען געלט — איז אַזוי מצליח געווען, אַז דרײַ מנדבֿים האָבן זיך אָנגעבאָטן צו „טובֿ וחסד‟, צו פֿאַרטאָפּלען יעדן בײַשטײַער, וואָס קומט אַרײַן, אויב די אָרגאַניזאַציע וועט קאָנען במשך פֿון נאָך איין מעת־לעת דערגרייכן די סומע פֿון $1,250,000$.

אין דער רעקלאַמע פֿון „טובֿ וחסד‟, זאָגט אַ ייִנגעלע, הערשי, דער מאַמען, אַז ער איז הונגעריק און וויל ברויט, אָבער די מאַמע ענטפֿערט, אַז דאָס ברויט האָט מען שוין אויפֿגעגעסן, און זי עצהט אים אָנקלינגען צום טאַטן. דער טאַטע ווייסט אָבער, אַ פּנים, אַליין נישט וואָס אים צו ענטפֿערן. צום סוף קומט אַרײַן הערשיס עלטערער ברודער און לייענט אים פֿאָר אַ מעשׂהלע, ביז הערשי שלאָפֿט אײַן. בעצם איז די רעקלאַמע אַ בוכשטעבלעכע אינסצענירונג פֿונעם ווערטל, „דאָס קינד איז, נעבעך, געגאַנגען שלאָפֿן אַ הונגעריקס‟.


די נאַראַציע, וואָס מע הערט נאָך דער סצענע מיט הערשין, קומט אָבער פֿאָר אויף ענגליש, נישט אויף העברעיִש — אַ באַווײַז, אַז די פּראָדוצירער פֿון דער רעקלאַמע ווענדן זיך צו די אַמעריקאַנער ייִדן, נישט צו די ישׂראלים.

ס׳איז אויך אינטערעסאַנט צו באַמערקן צוויי זאַכן וועגן דעם ייִדיש־עלעמענט דאָ. ערשטנס, איז די קוואַליטעט פֿונעם ייִדיש־רעדן זייער אַ גוטע: אַלע פֿיר פּערסאָנאַזשן רעדן אַרויס די ייִדישע זאַצן ריכטיק, אָן שום גרײַזן. הייסט עס, אָדער רעדן די אַקטיאָרן אַליין פֿליסיק ייִדיש, אָדער מע האָט זיי גוט אויסגעלערנט די רעפּליקן.

צווייטנס, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז די רעקלאַמע האָט אַזוי גיך אַרײַנגעבראַכט די געצילטע סומע, איז קלאָר, אַז די ייִדישע שפּראַך האָט עד־היום אַ שטאַרקן פּסיכאָלאָגישן כּוח בײַ די ענגליש־רעדנדיקע ייִדן.

דאָס איז, אַגבֿ, נישט די ערשטע ישׂראלדיקע רעקלאַמע, וואָס מע האָט פּראָדוצירט אויף ייִדיש. אין 2011 האָט די פֿירמע „בייגלה‟ אַרויסגעלאָזט אַ הומאָריסטישע רעקלאַמע וועגן אַ נײַעם פּראָדוקט אירן — דינע פּלעצעלעך באַווירצט מיט כּלערליי טעמען. אין יענער רעקלאַמע אָבער האָבן די אַקטיאָרן נישט אַזוי גוט אַרויסגערעדט די ייִדישע ווערטער, ווי אין דער רעקלאַמע פֿון „טובֿ וחסד‟.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194289/commercial-in-yiddish-brings-successful-results/#ixzz3zngZz0Q2

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: